76
אתה2 הראת לדעת"3 — גאַנץ סדר השתלשלות ביז רום המעלות זאָגט צו עצמות א"ס: "אתה", דו עצמות, "הראת", האָסט זיך אָנגעהויבען צו בעווייזען, "לדעת", מען זאָל דיך קענען. דורכוואָס? "כי הוי' הוא האלקים", דורך די ידיעה אַז הוי' ואלקים כולא חד4, בהשוואה ממש ביז שרש שרשם, דאַמאָלסט פאַרשטייט מען אז, "אין עוד", וואָרום אַזוי פאַרשטייט מען ניט ווי אַזוי איז דאָס "אין עוד", אָבער לאחר הידיעה כי הוי' ואלקים כולא חד, דאַמאָלסט פאַרשטייט מען אַז "אין עוד".
באמת האָט מען געדאַרפט אָפּטייטשן אַלע פסוקים (פון אתה הראת) נאָר איך פאַרלאָז זיך אויף חסידים, אַז זיי ווייסן. אַה ווייסן זיי! הלואי זאָלן זיי מקיים זיין וויפיל זיי ווייסן.
הערות
- 2. ואתחנן ד, לה.
- 3. ראה גם סה"מ ה'ש"ת ס"ע 146 ואילך. תש"ד ע' 54. שם ע' 220. וראה סה"מ תרפ"ט ס"ע 227 ואילך.
- 4. ראה זח"א יב, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.