75
צוריק אָבער איז פאַראַן אַ מעלה, אַז מען ווייס דאָך אַז עס איז דאָ אין פּעקלאך — אפילו פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָך דאָ, מען קען זאָגען: אַיי וואָס פאַר אַ גוטע סחורה איך האָב אַיינגעקויפט, עס איז פאַראַן דאָס און דאָס, פון אַלע זאַכען, עס איז טאַקע פאַרפּאַקט אָבער עס איז דאָ. און דערווייל גייט ער אַ טענצל.
מען דאַרף אָבער ניט פאַרגעסען אויסצופּאַקען די סחורה, עס זאָל ניט פאַרשימעלט ווערען, עס זאָל ניט פאַרטריקענט ווערען, אַמאָל קענען זיך עכברים אַריינכאַפּען און צו עסען די סחורה.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: די בני ארץ ישראל האָבען איין טאָג אַ הפסק אויף אויסצופּאַקען די סחורה אפילו ווען די קביעות איז כמו השתא שבת בראשית אחר שמח"ת כי אצלם יום ו' הוא יום חול.
ז. מען דאַרף אָנהויבען דאַוונען און ווערען אַ אַנדערער. פאַר דעם דאַרף זיין קריאת שמע שעל המטה, און מען דאַרף טאַקע לייענען קריאת שמע שעל המטה. חסידים פלעגען זאָגען על חטא אין קריאת שמע שעל המטה, דאָס זאָגען על חטא דאַרף זיין געזאָגט ניט געבאַלאַבאָצעט. בפרט נאָך יו"ט וואָס עס האָט זיך אָנגעקליבען דער פרש חגיכם23; וואָס דער זאָגט: איך בין דאָך אַ מקורב, אַ שלישידיקער אָדער אַ ששידיקער. און דער — פון לערנען תורה, וואָס ער קען לערנען ניט נאָר גמרא מיט רש"י נאָר אויך תוספות מיט מפרשים און ער פאַרשטייט זיי, און וואָס אַלע מאמרי חז"ל אפילו אַ פאַרוואָרפענער ווייס ער אויך, אויך אגדה ווייס ער אפילו דעם פנימיות'דיגען פשט אויך, וואָס פון דעם אַלעם האָט זיך אָנגעקליבען פרש. און אויף דעם דאַרף מען האָבען קריאת שמע שעל המטה מאַכען אַ ריכטיגען חשבון הנפש אדעתי' דנפשי', נאָכהער דאַרף זיין די עבודת התפלה כדבעי, און דורך דעם איז מען משלים די כוונה העליונה.
ענינים גשמיים בכלל דאָס איז דאָך אַ טפל בלבד, אָבער די גשמיות דאַרף זיין צוליב רוחניות.
הערות
- 23. מלאכי ב, ג. וראה תו"א ר"פ חיי שרה (טו, ג ואילך).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.