74

כיווץ המוחין, כידוע12 שדמעות הם מכיווץ המוחין.

ה. עס13 איז דאָ אַ מאמר פון מוהר"ש נ"ע14 המתחיל בכ"ה בכסלו15, וואָס דער מאמר16 איז אַ הנחה מר"פ רייזעס17 — ר"פ רייזעס ווען ער איז געווען אין ליאָזנאָ ביי אדמו"ר הזקן איז ער געווען דער מניח המאמרים18 —. אין דעם מאמר איז דער אַלטער רבי מגנה התפעלות הלב, אַלע מאָל פלעגט דער אַלטער רבי מגנה זיין (אין די מאמרים) התפעלות המוחין און משבח זיין התפעלות הלב ביז איין מאָל זיינען די חסידים אַרויסגעגאַנען דאַוונען מחוץ לעיר ווייל זיי זיינען געשטאַנען אין אַזאַ התפעלות הלב אַז זיי האָבן ניט געקענט פאַרטראָגען די הגבלה פון דער שטאָט, דעמאָלסט האָט דער אַלטער רבי געזאָגט דעם מאמר און האָט מגנה געווען התפעלות הלב און מיט דעם האָט ער משקיט געווען און אָפּגעקילט דעם להבה שלהבת פון התפעלות הלב19.

ו. אַמאָל אין אַ יאָר וואָס עס איז געווען די קביעות כמו השתא שמע"צ שמח"ת און גלייך שבת בראשית, האָט דער טאַטע גערעדט אין דעם ווי שבת איז דאָך אַ קדושה פאַר זיך מיט אירע ענינים. ואמר: עס איז דאָך גאָר ניטאָ קיין צייט פאַנאַנדערפּאַקען די פּעקלאַך. ווי דער מנהג הסוחרים איז20, ווען זיי קומען צוריק פון יריד21, פּאַקען זיי אויס די סחורה וואָס זיי האָבן איינגעקויפט, און קוקען איבער יעדער שטיקעל סחורה ווי גוט עס איז, און באַשטימען די פּרייזען פון די סחורה, ער רעכנט אויס: דאָס איז אַזוי פיל ווערט, און דאָס האָט אים אַזויפיל מיה געקאָסט, און לייגט אויס יעדער שטיקעל סחורה באַזונדער.

כמו"כ איז בין שמח"ת לשבת בראשית איז אַ הפסק, אין צווישען איז דאָ צייט ווען אויסצופּאַקען און אויסצולייגען די סחורה22.

און אַזוי איז אויך היינט, אַז ר"ה יוכ"פ און סוכות שמע"צ האָט מען דאָך מקבל געווען און געשעפּט זייער אַ סאַך און אָנגעפּאַקט אַ סאַך פּעקלאַך, און עס איז נאָך ניט געווען קיין צייט פאַנאַנדערפּעקלען זיך, און עס איז שוין שבת בראשית.

הערות

  1. 12. ראה תו"א וישלח כו, א. שערי אורה ד"ה וקבל היהודים פ"ה ופי"ט (פט, ב. צד, א). סה"מ תרע"ח ע' צג.
  2. 13. בהבא לקמן — ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ג סי"א. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 9. וש"נ.
  3. 14. בוך 722 צא, א ואילך.
  4. 15. הכוונה לדרוש ברוך שעשה נסים שהוא המשך להמאמר בכ"ה בכסלו — ראה מקומות שצויינו בהערה 13.
  5. 16. המאמר נדפס עם הגהות כ"ק אדמו"ר הצ"צ באוה"ת בראשית ח"ה תתקנז, ב ואילך. ונמצא בלי ההגהות בבוך 1745 א, א.
  6. 17. ראה אודותו לעיל ע' 4. וש"נ.
  7. 18. הנחותיו נדפסו במאמרי אדמו"ר הזקן — הנחות הר"פ (קה"ת, תשי"ח). וראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 128.
  8. 19. ראה רשימת כ"ק אדמו"ר מהר"ש על המאמר בבוך הנ"ל צט, סע"ב — הועתק בשיחת י"ט כסלו הנ"ל. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א שם הערה 6.
  9. 20. ראה שיחת ליל שמח"ת תש"ט (לקמן ע' 282. ע' 284). אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ד ע' יח. לקו"ש חכ"ה ע' 299 הערה 24. ובכ"מ.
  10. 21. נוסחא אחרת: און זיי דאַרפען די סחורה פאַרקויפען, נעמט עטליכע טעג ביז זיי פּאַקען אויס פון די זעק די סחורה וואָס זיי האָבען איינגעקויפט.
  11. 22. ראה גם שיחת ליל א' דחג השבועות תש"ח (לקמן ע' 233).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.