73
קללות וואָס די ווייב גיט עם, די קינדער זיינען באָרוועס און נאַקעט, די כלי המלאכה האָט ער פאַר'משכון'ט — וועט ער ניט האָבן מיט וואָס אָנפאָנגען נאָך יו"ט צו אַרבעטן9, נאָר ער איז זיך משמח מיט אַ תמימות און ער דערהערט די פשיטות העצמות. איז יעמאָלט פאַלן אַוועק די טענות התובעים און דער אויבערשטער גיט אַלע אידן אַ גוט יאָר, און פון דעם איז ער שמח, און דאָס איז וואָס שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם יו"ט10.
אט דאָס הייסט אַ איד, די תמימות און מסירה ונתינה, און דערפאַר האָט עצמות בוחר געווען אין נשמות ישראל.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מיר האָבען גאַנצע פּאָדעשוועס, דאַרף מען טאַנצען.
ד. ווען דער רבי דער צ"צ איז אַלט געווען 9 יאָר האָט אים דער אַלטער רבי דערציילט פון דער צייט וואָס ער איז געווען אין מעזריטש, און פון פאַר מעזריטש און פון נאָך מעזריטש, פון דעם בעש"ט, פון זיין פאָטער ר' ברוך און פון זיין פעטער הריי"צ וואָס זיינען געווען דעם בעש"ט'ס מענטשען11.
ווען דער צ"צ איז אַלט געוואָרן 13 יאָר און ער האָט שוין אַלעס גוט פאַרשטאַנען, האָט ער אַמאָל איבערגעטראַכט מכח די עבודת התפלה פון אַ איש פשוט, און האָט אויף איינעם אָנגערופען מיט דעם נאָמען: ער איז אויך מיר אַ חסיד!
ווען ער האָט דאָס איבערגערעדט מיט דעם אַלטן רבי'ן, האָט ער געזאָגט צום צ"צ: אָט דאָס איז אַ חסיד. דו דאַרפסט זיך רייבען אַרום אַלטע חסידים, מען זאָל דיך גוט דורכרייבען, אַזוי ווי מען האָט מיך דורכגעריבען אין מעזריטש.
וסיפר לו אדמו"ר הזקן: קומענדיק אין מעזריטש האָב איך געזען דאָס התלהבות'דיגע דאַוונען פון די אידען אין ביהמ"ד, האָב איך געמיינט אַז זיי זיינען קלאָר בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, קבלה און חסידות, ווען איך האָב זיך מיט זיי פאַנאַנדערגערעדט האָב איך געזען אַז זיי זיינען עין יעקב אידן און ווייסן אַ שטיקל שו"ע, און די פנימיות פון אגדה ווייסען זיי ניט. בין איך שטאַרק אַראָפּגעפאַלען ביי זיך, און האָב אַ זאָג געטאָן: דאָס זיינען אויך מיר חסידים!
ואח"כ כשנכנסתי להרב המגיד ביאר לי שיטת הבעש"ט וואָס ער האָט זייער משבח געווען די מעלות פון אנשים פשוטים, והעיקר — זייער תמימות, מס"נ און אמונה פשוטה, און באַ זיי — באַ די אנשים פשוטים — איז התגלות עצם פשוט.
אדמו"ר נ"ע סיפר בשם המהר"ש והמהר"ש בשם הצ"צ אַז דער אַלטער רבי פלעגט זיך ווינטשען צוצוקומען צו די מעלות התמימות פון אַ איש פשוט, ואמר הצ"צ אַז בעת דער אַלטער רבי פלעגט דאָס זאָגען האָט זיך אים געשטעלט צוויי טרערען אין די אויגען. און דער צ"צ האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי נעמט זיך אַז ביי אַזאַ בעל מוחין ווי דער אַלטער רבי זאָל פון דעם האָבען
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.