70

ר' זלמן איז דאַמאָלסט געקומען צום טאַטען אין מענטאָן ווינטער, איז ער געקומען מיט אַ פוטערנע שובע (במענטאָן האויר חם גם בחורף), און האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ באַנק און זיך פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, טראַכטענדיג דערביי אַ מאמר חסידות פון רבי'ן מהר"ש נ"ע. ער האָט ניט געוואוסט, אַז דאָ ניט ווייט וואוינט דער טאַטע. דערווייל איז דער טאַטע פאַרביי געגאַנגען און געזען ר' זלמן'ען ווי ער זיצט פאַר'דבק'עט אין אַ ניגון, האָט ער אים ניט געוואָלט מפסיק זיין. שפּעטער האָט אים דער טאַטע געפרעגט: וועלכען מאמר חסידות פון טאַטען האָט ער בשעת מעשה געטראַכט.

— ר' זלמן איז ניט געווען קיין רך הלב — בכלל קרעמענטשוקער זיינען ווייט פון רכות הלב און בפרט ר' זלמן — פונדעסטוועגען אַז דער טאַטע האָט אים דאָס געפרעגט, האָט ער אַ גאָס געגעבען מיט טרערן, און עס האָט אים פאַרכאַפּט דער אָטעם, אַז ער האָט ניט געקענט ריידען.

נאָכדעם — ווען ער האָט זיך באַרואיגט — האָט ער געזאָגט: דער רבי6 האָט געזאָגט דעם און דעם מאמר, אין דעם און דעם שבת.

אַה! אַ פנים אַז אַ חסיד איז גאָר אַ אַנדער זאַך.

חסיד איז ניט משכיל, ניט עובד, נאָר אַ חסיד, און פשיטא אַז מען איז אַ משכיל און אַ עובד אויך. משכיל איז דאָך מוחין, דאָס הייסט, אַז די מוחין קומען אַראָפּ אין עבודת החסידות.

ח. זכור ימות עולם בינו שנות דור ודור7 — אַז זכור ימות עולם, דאַן איז בינו שנות דור ודור.

מען טאָר דאָך ניט זאָגען, מען געפינט זיך דאָך אין אַ סביבה פון תורה ועבודה, אָבער אַז מען דערמאָנט זיך ווי עס איז געווען אַמאָל — וויינט די האַרץ.

איך האָב געהערט פון טאַטען, וואָס ער האָט דאָס געהערט אויף יחידות ביי דעם זיידען (מוהר"ש נ"ע) אַז אַמאָל האָט איינער אַ חסיד — איך וויל יעצט ניט פורש בשמו זיין — געקלאָגט זיך פאַר דעם צמח צדק: מען לערנט און מ'דאַוונט, נאָר עס איז גאָרניט. האָט דער רבי צמח צדק געענטפערט: דאָס גופא, אַז מ'ווייס אַז עס איז גאָרניט, איז אויך גוט.

פון אים — נראה הכוונה על החסיד הנ"ל — איז דאָך פאַראַן דער וואָרט, אַז די קאָפּ פאַרגעסט ניט וויפל די קאָפּ דאַרף פאַרשטיין, און די האַרץ פאַרנעמט ניט וואָס די קאָפּ פאַרשטייט.

ט. צוה לנגן ואמר: עס שטייט דאָך ושמחת בחגך8, דאַרף מען דאָך האָבען שמחה, און ווי נויטיג מיר דאַרפן שמחה הן אין גשמיות און הן אין רוחניות.

י. בקיץ תרנ"ה התחיל הסדר בפעם הראשון לנסוע על דאַטשע9, וכ"ק אאמו"ר אמר לי אז, שהכוונה בהנסיעה,

הערות

  1. 6. אדמו"ר מהר"ש.
  2. 7. האזינו לב, ז.
  3. 8. פ' ראה טז, יד.
  4. 9. לנאות דשא באליווקא הסמוכה לקראַסנאָיע. — ראה מאמר "אבות החסידות" — "התמים" חוברת ב ע' מה [ע, א]. קונטרס חנוך לנער ע' 13. ע' 55. ספר השיחות תש"ד ע' 140. תש"ה ע' 123 ואילך. שיחת י"ב תמוז שנה זו. שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 140. ע' 246). אגרות-קודש חי"ד ע' תלז. וראה רשימת ח"י אלול תש"ח (לקמן ע' 262).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.