69
דעם מעזריטשער מגיד, האָט מען אַלץ מעלים געווען פון רבי'ן, ווייל מען האָט געוואָלט אַז ער זאָל קומען בכח עצמו.
אז דער אַלטער רבי איז געקומען אין מעזריטש, האָט ער געזען אַז די גדולי התלמידים איז שטאַרק מוקשה די התנהגות פון מגיד צו מקרב זיין אנשים פשוטים. דער מגיד פלעגט די אנשים פשוטים מקרב זיין און רופען מיט אַ כינוי שם — ר', וכו'.
שפּעטער האָט דאָס דער רבי מבאר געווען, ווייל באמת איז דאָך אפילו די וואָס ווייסען, ווייסען דאָך אויך ניט, מען דאַרף דאָך אַ סאַך האָרעווען מען זאָל וויסען אויף וויפיל מען ווייס ניט — תכלית הידיעה שלא נדעך8, און אַ איש פשוט מיט אמונה פשוטה גייט גלייך צו צו דעם.
מער ניט אַז פאַר דעם בעש"ט האָט מען דערפון ניט געוואוסט. אַז דער בעש"ט איז געקומען האָט ער געעפנט די אויגען און האָט געזאָגט: אַז די פשיטות העצמות איז זיך מתגלה אין די עבודה פשוטה פון אַ איש פשוט9.
אח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א להתמימים שבשאַנחאַיי ואמר: יעדע תנועה קלה פון אַ אידען איז בהשגחה פרטית, איר זייט געוועזען אין אַסאַך ערטער, אַ איד גייט ניט אַליין, אַ אידען פירט מען בהשגחה פרטית, און אויף יעדען אָרט דאַרף מען אויפטאָן, והשי"ת יצליח לכם.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.