68

עלי' אין עצם הנשמה, איז פרעגט ניט קיין קשיות, אַזוי איז דאָס.

אַז צוויי אידען טרעפען זיך אין מאַרק און איינער פרעגט ביי דעם צווייטען: וואָס טוט זיך? און ער ענטפערט אים: ב"ה, איך האָב געקויפט אַ וועגעלע האָלץ, די בעלהבית'טע האָט איינגעהייצט און ס'איז וואַרעם, די קינדער האָבען וואָס צו עסען; איז דורך דעם "געלויבט דער אויבערשטער" ווערט אויסגעפירט די כוונה פון ירידת הנשמה למטה. עצמות א"ס איז זיך ניט מתענג פון אצי' און העכער פון אצילות, עצמות האָט תענוג פון די הארת הנשמה למטה בעבודתה אין תומ"צ, וואָס דורך דעם ווערט אַ עלי' אין אַלע עולמות. עצמות א"ס איז זיך מתענג פון דעם אויפטו פון ירידת הנשמה למטה.

אח"כ פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א להתמימים משאַנחאַיי ואמר: איר זייט דורכגעגאַנגען אַ סאַך יסורים, אָבער מען דאַרף דאָס דערהערען אין אַ פנימיות. מען דאַרף וויסען וואָס מען האָט אויפגעטאָן און וואָס מ'קען אויפטאָן. דער אויבערשטער זאָל אייך העלפען אין גשמיות, וואָס אידישע גשמיות איז רוחניות. און דער אויבערשטער זאָל אייך העלפען אין רוחניות אויסצופירען די כוונה פון ירידת הנשמה בגוף וואָס עצמות און תורה ווילען אין אייך.

ו. דעם אַלטען רבי'נס טאַטע ר' ברוך איז געווען אַ גרויסער גאון. דער פעטער ר' יוסף יצחק איז געווען אַ גאון מפורסם. ער איז געווען אַ ראש ישיבה אין וויטעפּסק4. זיי זיינען ביידע געווען מקושרים צום בעש"ט, אָבער זיי זיינען געווען מוזהר באזהרה גדולה ניט מגלה זיין צום רבי'ן וועגען בעש"ט5.

ווי עס איז ידוע האָט דער רבי עוד בילדותו געהאַט גרויס הצלחה בלימוד נאָך איידער ער האָט געוואוסט ווער ער איז. ער האָט געוואוסט אַז ר' יוסף יצחק איז אַ גאון נעלה, איז ביי אים געווען אַ וואונדער די הנהגה פון ר' יוסף יצחק; ר' יוסף יצחק איז געווען אַ לב נשבר, ער פלעגט דאַוונען מנחה כמה שעות, אַזוי מעריב און אַנדערע תפלות, און פלעגט אַ סאַך וויינען. האָט אים דער רבי געפרעגט: וואָס איז דאָס? האָט ער אים געענטפערט: אַז דו וועסט עלטער ווערען, וועסט דו וויסען אויף וויפעל מ'ווייס ניט.

דער רבי האָט זייער ליב געהאַט פעלד6. עס פלעגן קומען צו ר' ברוך'ן עוברים ושבים, דאָס זיינען געווען שלוחים פון בעש"ט, אָבער זיי זיינען געווען פאַרשטעלט פאַר אנשים פשוטים און פלעגן טאָן מלאכות פשוטות, ווייל זיי האָבן ניט געוואָלט נהנה זיין מסעודתו של חברו. זיי זיינען געקומען איבערגעבן הדרכות ווי צו מדריך זיין דעם אַלטן רבי'ן7, אָבער זיי זיינען געווען באזהרה ניט צו דערציילן פון בעש"ט. אַז דער רבי איז עלטער געוואָרן, און האָט שוין געקענט אַ סאַך לערנען, איז ער געקומען אין וויטעבסק, האָט ער געזען ווי ר' יוסף יצחק וויינט זייער אַ סאַך, ביי מאַכען אַ ברכה וויינט ער, ביי קריאת שמע שעל המטה וויינט ער, אפילו שבת וויינט ער אויך, איז דאָס ביי אים געווען אַ פלא.

נאָך דעם בעש"ט'ס הסתלקות, ביי

הערות

  1. 4. ראה ספר הזכרונות חלק א ע' 89. ע' 99. ועוד.
  2. 5. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  3. 6. ראה שיחת יום א' דחה"ש תש"ו ס"ג (לעיל ע' 47).
  4. 7. ראה לעיל שם. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.