67
ליל ש"ק חול המועד סוכות תש"ז
לבד הקרואים אל השולחן נכנסו התלמידים שבאו משאַנחאַיי1. אחרי שנגנו, אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
ה. אז דער רבי (אדמו"ר הזקן נ"ע) איז נתפרסם געוואָרען פאַר אַ מנהיג, וואָס דאָס איז נאָך געווען בחיי הרמ"מ מהאָראָדאָק, וואָס דער רבי איז געווען אַ מקושר צום מגיד און אויך צו הרמ"מ מהאָראָדאָק2, אָבער ער האָט שוין געפירט ביי זיך אַ סדר, און האָט געהאַט אַ סאַך מקושרים.
איינמאָל בעת עס האָבען זיך צונויפגעקליבען צו אים די מקושרים, האָט ער צו זיי געזאָגט: בואכם צלחה, אייער ירידת הנשמה בגוף למטה זאָל זיין בהצלחה.
וואָס דורך די עבודה פון הארת הנשמה היורדת למטה ומתלבשת בגוף פועל'ט דאָך אַ עילוי אין דעם עצם הנשמה בשרש שרשה ווי זי איז מושרש אין עצמות א"ס.
עס איז דאָ אַ שטאַרקע רייד פון טאַטען, וואָס הויבט זיך אָן: כל הנשמות מושרשות בעצמות3. רעכענט ער דאָרטען מדריגות אין ירידת הנשמה למטה; אצילות, בריאה, יצירה, עשי', ביז עוה"ז התחתון. וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה דאָ למטה ווערט אַ עילוי אין עצם הנשמה בשרש שרשה כמו שהיא מושרשת בעצמות א"ס.
אַי, וועט איר פרעגען ווי אַזוי איז דאָס, אַ נשמה קומט אַראָפּ למטה און האַנדעלט מיט אַ בינטעל פלאַקס אָדער מיט אַ זאַק ברוקווע, דורך דעם ווערט אַ
הערות
- 1. ראה לעיל ע' 55 הערה 6.
- 2. ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ג סכ"ה. אחש"פ תרצ"ה ס"י. ספר השיחות תרצ"וחורף הש"ת ע' 101. שיחת ש"פ לך תשי"א. ש"פ פקודי תשמ"א.
- 3. ראה אגרות-קודש ח"ט ע' קס.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.