67

פון פינף יאָר פלעגט דער טאַטע מיר נעמען צו אַלע פאַרבריינגענס, ביי די פאַרבריינגענס שמחת בית השואבה פלעג איך זיצען אין סוכה, און אַמאָל איינשלאָפען.

איינמאָל19 איז די מאַמע אַריינגעקומען אין סוכה און מיר געוואָלט אַרויסנעמען, ווייל איך בין איינגעשלאָפען. האָט דער טאַטע ניט געלאָזען און געזאָגט: זאָל ער דאָ שלאָפן. האָט די מאַמע זיך אָנגערופען: אָט דאָס איז דער "כרחם אב על בנים"20? — עס שטייט ניט "אם" נאָר "אב"! ענטפערט דער טאַטע, יע, אָט דאָס איז טאַקע דער "כרחם אב על בנים". רופט זיך אָן די מאַמע: עס איז דאָ קאַלט (אז הי' קור ורוחות נושבות) ער קען זיך חלילה פאַרקילען. ואמר אאמו"ר: ער וועט זיך ניט פאַרקילען, זאָל ער שלאָפן צווישען חסידים, ער וועט זיך ניט פאַרקילן, ער וועט זיך אָנוואַרעמען, און די וואַרימקייט וועט סטייען אויף דורי דורות.

וסיים אדמו"ר שליט"א: אָט דאָס הייסט מס"נ אויף חינוך.

הערות

  1. 19. ראה גם שיחת יום שמח"ת תש"ט. יום ב' דחה"ס ה'שי"ת (לקמן ע' 286. ע' 369).
  2. 20. ע"פ תהלים קג, יג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.