ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זליל ב' דחג הסוכות תש"ז66

66

ממשיך דעם עצם הנפש. דער עצם הנשמה איז דאָך בהתעלמות און די הארת הנשמה וואָס קומט אַראָפּ למטה איז בהתגלות, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה שיורדת למטה וואָס איז בהתגלות פועל'ט אַ עילוי אין דעם עצם הנשמה למעלה. די הארת הנשמה טוט אַ טובה דעם עצם הנשמה, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה דאָ למטה אין תומ"צ, איז אצילות מקנא עשי', די אורות דאצילות און דער עצם הנשמה איז מקנא די הארת הנשמה דאָ למטה. און דורך סיפורים איז מען מגלה דעם עצם הנשמה.

ב. יעדער נשמה אַז זי קומט אַראָפּ למטה, האָט זי מיט זיך אַ באַגאַזש, נאָר מען דאַרף דאָס פאַנאַנדערנעמען, אַז ניט בלייבט דאָס אין די טאָרבע פאַרמאַכט. עס איז טאַקע אַלץ דאָ, נאָר עס איז פאַרמאַכט אין די טאָרבע. מ'דאַרף פאַנאַנדערנעמען דעם באַגאַזש.

ג. שמחת בית השואבה פלעגט ביי דעם טאַטן זיך אָנהויבן פון די אַנדער נאַכט סוכות12, און אַזוי איז געווען אין אַלע דורות13. אַמאָל האָט מען פאַרבראַכט גאָר אויף אַ אַנדער אופן: מ'פלעגט זיצען אַ גאַנצע נאַכט ביז טאָג, דאַן פון די סוכה גיין אין וואַסער און ערשט אָנהויבן טראַכטן וועגן דאַוונען, און אָפּדאַוונען כ'ווייס ווען.

ר' ניסן דער מלמד האָט מיר דערציילט פון אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה ביי דעם טאַטען, וואָס דער טאַטע האָט גערעדט דאַמאָלסט וועגען קריאת שמע שעל המטה, אַז ק"ש שעל המטה דאַרף מען אַ גאַנצע נאַכט, שלאָפן דאַרף מען ניט, בכלל אַ איד שלאָפט ניט. און האָט דאַמאָלסט גערעדט די גרויסע רחמנות אויף די נשמה בשעת מען שלאָפט, הגם עס שטייט דאָך אַז בעת השינה איז די נשמה עולה למעלה ושואבת רוח חיים14, איז דאָס נאָר וואָס זי "שעפּט אָן", אָבער דורך די עבודה אין מאַרק דאָ למטה "נעמט" זי עצמות.

ר' ניסן האָט געהאַט אַ חוש אין סיפורים, ער איז געווען אַ גרויסער מקבל פון מהר"ש נ"ע, און ער האָט געהאַט דעם חוש פון פאַרשרייבן אַלעס וואָס ער האָט געהערט ביי די פאַרבריינגענס. אַז איך פלעג אים אַמאָל פרעגן אַ ביאור אויף אַ סיפור, פלעגט ער ענטפערן15: דו הער די מעשה, אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין16.

ד. די מאַמע17 איז געווען אַ למדנית, אַז איך האָב געלערנט ביי דעם דריטן מלמד ר' שמשון18 — תנ"ך, פלעגט די מאַמע מיט מיר חזר'ן די קאַפּיטלעך נ"ך.

הערות

  1. 12. ראה אגרות-קודש ח"ו ע' רסט. ספר השיחות תש"ד ע' 18. וראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 12. לקמן ע' 168. וראה ספר השיחות תרצ"א ע' 148.
  2. 13. ראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 10 ואילך. וראה לקו"ש חכ"ד ע' 247 (ועוד), דבזמן הזה מתחילה שמחת בית השואבה — בכמה ענינים — כבר בלילה הראשון של חג הסוכות.
  3. 14. ראה ב"ר פי"ד, ט.
  4. 15. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש תש"ז (לקמן ע' 128).
  5. 16. ראה שיחת ליל א' דחה"ש תש"ט (לקמן ע' 328).
  6. 17. הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה. ראה אודותה לעיל ע' 21. וש"נ.
  7. 18. ראה אודותו רשימת: ה' טבת תרנ"ב (סה"מ תשי"א ס"ע 301 ואילך); חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 394). ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 29. 161. שיחת י"ט כסלו וליל שש"פ שנה זו. י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 89. ע' 109. ע' 239).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.