62

ליל ז' תשרי תש"ז1

אַז דער אויבערשטער גיט אַ אידן עשירות האָט ער דאָך מסתמא אַ זכות. אַז ער האָט שכל און ווייסט וואָס צו טאָן מיט די געלט איז אַודאי אַ זכות. מען דאַרף שטיצן אַלע מוסדות התורה, עס איז פאַראַן גוט און עס איז פאַראַן בעסער, אַז גוט איז גוט איז בעסער נישט בעסער2?!

דער אויבערשטער זאָל געבען אַ חתימה וגמר חתימה טובה, אַ כתיבה איז שוין געווען. דער באַרדיטשובער רב האָט געזאָגט צום אַלטען רבי'ן: הכל הולך אחר החתום3 — אַז איינער שרייבט, אפילו אַ זאַך וואָס ער וויל נישט, דאַרף ער חתמ'ענען. דער אויבערשטער וואָס ער האָט הנאה אַז אַ אידן איז גוט, וועט ער דאָך אַ ודאי געבען אַ גוט יאָר.

אידן! מען דאַרף וויסען אויף וואָס מען האָט אונז געבראַכט אַהער. איך מיין נישט אין אַמעריקע, נאָר אַהער אין עוה"ז. אַלע ווייסן אַז ג"ע איז בעסער ווי די וועלט, — דער אויבערשטער זאָל אייך אַלעמען געבען אריכות ימים ביז הונדערט און צוואַנציג יאָר — אין חז"ל ווערט ירידת הנשמה אָנגערופען בלשון מסחר. היתה כאניות סוחר4, אַ סוחר פאָרט איבער ימים און אין קליינע ערטער, ער ווייסט אַז דאָס טוט ער צוליב פרנסה. אַ קלוגער ווייסט אַז דער תכלית איז נישט געלט נאָר אַ אַרטיקעל. ער גיט אויס מיליאָנען אויף אויסצואַרבעטען אַ אַרטיקעל, ווייל ער ווייס אַז אַ חוץ געלט איז וויכטיג אויך אַ נאָמען. אַ אַנדערער קען אויך נאָכמאַכען דעם אַרטיקעל אָבער ס'איז נישט די פירמע. אונזער סחורה איז תומ"צ.

דער באַרדיטשובער האָט געזאָגט: אַז אַ איד פאָרט אויפן מאַרק, ווייסט ער אַז ער דאַרף קומען צוריק מיט עפּעס.

אַ מלאך האָט נישט קיין שכל, נישט קיין תומ"צ, נאָר ער האָט התפעלות: אַז אַ איד זאָגט קדוש — שפּרינגט ער, אַז אַ איד לערנט — אַי אַי, אַ איד טוט אַ טובה אַ צווייטען — ווערט ער נתפעל. אַ נשמה איז אַרבעט — טאָן; אונזער אַרבעט איז תומ"צ, החזקת התורה, אַז מען טוט אין דעם דערהערט זיך אין עצם הנשמה דער עילוי פון דער נשמה וואָס איז אויף דער וועלט.

צדקה ווערט אָנגערופען בשם זריעה5, זורע צדקות6, אַז מען זייעט בהצלחה וואַקסט הונדערט מאָל אזויפיל, ווי עס שטייט ביי יצחק7: וימצא מאה שערים. איר זייט דאָך מחזיק תורה און טוט פאַר דעם, זאָל דער אויבערשטער געבען אייך הונדערט מאָל אַזויפיל וויפיל איר גיט.

דער אויבערשטער זאָל געבען די אַלע וואָס טוען פאַר החזקת תומכי-תמימים את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה8, זיי און זייערע בני בית אַ חתימה וגמר חתימה טובה בגשמיות וברוחניות.

הערות

  1. 1. בעת ביקורם של המתעסקים בהחזקת ישיבות "תומכיתמימים ליובאוויטש".
  2. 2. ראה אגרות-קודש ח"ד ע' שמ. ח"י ע' יג. חי"ד ע' תלו.
  3. 3. ברכות יב, א.
  4. 4. משלי לא, ה.
  5. 5. ראה פרקי דר"א פל"ג.
  6. 6. ברכת יוצר. וראה תניא אגה"ק ס"ח. ובכ"מ.
  7. 7. תולדות כו, יג.
  8. 8. נצבים כט, יד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.