61
עוה"ב, און דאָס איז דער ואת ערובתם תקח, די זיסקייט פון עול תומ"צ.
דער טאַטע האָט דאַמאָלסט שטאַרק פאַרבראַכט און גענומען אַסאַך משקה, ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ שטול אויפן טיש און געזאָגט צום עולם: הערט אידן וואָס מען זאָגט אייך, היינט איז שמחת תורה, אַ אַנדער מיטוואָך וועט איר דאָס ניט הערען4, איך בין אַ שול קלאַפּער5, באמת מצד מצבי, און איך בין דאָך דעם טאַטענס אַ זון האָב איך געדאַרפט שטיין אין אַ אַנדער מצב, נאָר איך בין אַ שול קלאַפּער.
עוד אמר אַז כ"ק אאמו"ר: "ראה דמע"6, אַז למעלה האַלטען די מלאכים אין האַנט די דמע פון נש"י למטה און ווייסען ניט וואָס דאָס איז און ווייזען איינעם דעם אַנדערען, ראה דמע, ביז וואַנען זיי קומען צום מלאך מיכאל און ער ווייס אויך ניט און פירען דאָס אַוועק צום כסא הכבוד.
איך פלעג שטיין הינטער דעם מאַמען (ר"ה ביינאַכט) פון די כלות הנפש און די מרירות האָט זיך געהערט אַ תנועה פון אנה אני בא7.
יענעם שמח"ת האָט דער טאַטע גערעדט וועגען דעם רבי'ן8 אַז ער איז זיך מתייחס צום מהר"ל9 וואָס דער מהר"ל איז זיך מתייחס צו דוד המלך10, און האָט גערעדט דאַמאָלסט דעם חילוק פון דוד'ן, אברהם האָט אויך געהאַט אַ פאָטער, אָבער אַ תרח11, ער האָט געהאַט אַ זון אברהם האָט ער אים באַהאַלטן12.
הערות
- 4. ראה גם אגרות-קודש ח"ד ע' קפו. חי"א ע' ס"ע קפז ואילך. וש"נ.
- 5. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 7. ע' 10. ע' 15. ע' 44. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 14.
- 6. פיוט אמנם כן בתפלת ערבית ליוהכ"פ.
- 7. וישב לז, ל.
- 8. אדמו"ר הזקן.
- 9. הגאון מרנא ורבנא יהודה ליואי — מהר"ל מפּראג.
- 10. ראה שלשלת היחס ב"היום יום" בתחילתו. וראה ספר השיחות תורת שלום ע' 176: "מיר זיינען דאך פון דוד'ן".
- 11. ראה גם לקמן ע' 206.
- 12. ראה מדרש מעשה אברהם — בית המדרש חדר ב. אוצר מדרשים (אייזענשטיין) ח"א ע' 7.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.