54

אין אַ וואָרט חסידות, מען דאַרף זיך גריבלען אין אַ וואָרט חסידות.

דער טאַטע האָט אַמאָל באַ אַ פאַרבריינגען שמח"ת גערעדט ביחוד לראשי ישיבות. האָט זיך איינער אָנגערופן — איך וויל ניט פורש זיין בשמו — וואָס וועט זיין מיט מיר, האָט דער טאַטע אים געענטפערט: דאָס פרעגט מען ניט ברבים. ואמר הנ"ל: הייסט דאָס אַז מען דאַרף גיין אין קאַמער8, ואמר לו: יע.

מ'דאַרף אָנהויבן אָפט פאַרבריינגען צווישען זיך און אָן משקה9, זינגען אַ ניגון און ריידען דברי התעוררות. הרה"ח ר' הענדל10 פלעגט פאַרבריינגען זייער אַ סאַך, וסדרו הי'11 אשר תיכף אחר חג הפסח הי' קונה סאָטקע12 יי"ש, און צו יעדער פאַרבריינגען פלעגט מען אַרויף שטעלן אויפן טיש די סאָטקע מיט גלעזלעך, און אַזוי האָט מען דאָס אַראָפּגענומען פון טיש. ביז ערב פסח פלעגט ער דאָס מבער זיין אין חמץ. און ער פלעגט דאַן זאָגען, יה"ר כשם שאני מבער את הסאָטקע יי"ש מביתי כן תבער את כל החמץ שיש לי — דעם אייגענעם חמץ.

ז. דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז די אַלע וואָס טוען יעדער אין זיין עבודה זאָל האָבען הצלחה בכל עניניו הכללים והפרטים, די וועלכע פאָרען אויף מנוחה זאַלען קומען געזונטערהייט און טוען זייער אַרבעט.

ח. לסיבת ה"קאַלט סיסטעם"13, הורשה ליכנס לכולם ואפילו הילדים הקטנים, ורצה הרש"ל שי' לצוות להתלמידים הקטנים שיצאו, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף ניט, יעצט זיינע זיי אַריין געגאַנגען, מיט דער צייט וועלען זיי זיין דאָ.

הערות

  1. 8. בחדר היחידות.
  2. 9. ראה גם לקמן ע' 79.
  3. 10. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ.
  4. 11. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 29. תרפ"חתרצ"א ס"ע 32 ואילך. תש"ד ע' 84.
  5. 12. מדה קטנה ביותר.
  6. 13. {6} מערכת מזוגאויר שהותקן בדירת רבינו בתקופה זו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.