53
חסידות איז ניט מיט מקיפים, מען איז מסתפק במועט, מען איז דאָך אַ איד, ער איז אַ חסיד, מתנהג במדות חסידות, ער דאַווענט, שבת איז ער אַביסל מאריך בתפלה, ער גיט אַ קרעכץ אַ חסידישן קרעכץ, ער גיט אַ טאַנץ, ניט דאָס איז אַ חסיד, עס מוז זיין עבודה ויגיעה.
ד. ווען מען וואָלט געוואוסט דרכי החסידים, וואָלט מען געוואוסט, אַז אַ ניגון דאַרף מען זינגען ניט געאיילט. אַ ניגון מיינט ניט הויך געשריען, אַ ניגון דאָס איז חיות. אַמאָליגע חסידים ביי אַ פאַרבריינגען, אַ התועדות, פלעגן זינגען אַ ניגון, האָט דאָס זיי אינגאַנצן גענומען. נאָכדעם איז מען געגאַנגען אַ טאַנץ, ניט סתם אַ טאַנץ, נאָר אַ מוחין'דיקער טאַנץ מיט אַלע כחות הנפש, די פיס האָבען זיך אַליין געהויבען. ניגון איז אַ הכנה צו עבודה, דאָס איז נאָך ניט עבודה, נאָר אַ הכנה צו אמת'ער עבודה.
ה. דורך די צייט האָט זיך שוין ב"ה אַ פולע אויפגעטאָן, אָבער דאָס איז נאָך ניט דאָס וואָס עס דאַרף זיין, ווען איך האָב געדאַרפט פאָרן אַהער אין די מדינה האָב איך געוואוסט די גרויסע סכנה וואָס דאָ איז דאָ און אויך איצטער איז נאָך זייער שווער.
זייט זיך משער אַז ביי 60 יאָר אין מיין לעבען האָב איך זיך בעדאַרפן איבערברעכן ווי אַ קליינער אינגל, אָבער בחסד השי"ת, פירט זיך אויס מיין שליחות.
איצטער דאַרף מען מאַכן אין די מדינה, ליובאַוויטש. מ'דאַרף האָבען אריכות ימים אָבער מ'דאַרף מייקר זיין יעדע רגע. די היגע געבאָרענע האָבען מעלות נשגבות מעלות נפלאות, נאָר זיי מיינען אַז אַמעריקע איז אַנדערש6.
די תלמידים וואָס קומען איצטער אהער אין די מדינה, דאַרפען וויסען וואָס זייער עבודה איז דא. זיי דאַרפען ניט וועלען זיך אָפּזונדערען אין אַ באַזונדערע סביבה נאָר אדרבה מקרב זיין אַנדערע. מ'דאַרף ניט זיין בהרמת רוח, פילן זיך פאַר אַ מנהיג אַ פירער וכו'. די וואָס קענען ניט די שפת המדינה, דאַרפען ניט וועלן קענען די שפת המדינה. מילא די היגע געבאָרענע וואָס קענען די שפת המדינה דאַרפען דאָס אויסניצען אויף מקרב זיין אידישע קינדער און משפיע זיין אויף זיי. די תלמידים וואָס קומען איצטער אָן אַהער, דאַרף זייער עבודה זיין אויף מאַכען דאָ ליובאַוויטש. יאָ! מ'דאַרף האָבען אייגענע ד' אמות, אָבער מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט אַז ד' אמות מיינט ניט נאָר ד' אמות, די ד' אמות קענען זיין טויזענטער וויאָרסטען.
ו. איר תלמידי התמימים דאַרפט אָנפאָנגען טאָהן אין עבודה. איר דאַרפט וויסען אַז דער טאַטע איז אחר כתלינו7.
אַ הונגעריגער, וואָס ער עסט, עסט ער מיט אַ חיות, ווייל ער ווייסט אַז דאָס עסען, וואָס ער זאָל זיין, איז אים מחי', אַ מאכל איז דאָך משביע. דאָ אין אַמעריקאַ איז מען צו גיך זאַט געוואָרען.
מ'דאַרף האָבען עבודה ויגיעה, האָרעווען אויף פאַרשטיין אַ וואָרט. ע"ד ווי אין נגלה איז פאַראַן די קושיא און דער תירוץ און פון דעם קומט צו אַ נייער ענין, כמו"כ צ"ל בלימוד החסידות לערנען מיט אַ געשמאַק האָבען אַ חיות
הערות
- 6. ראה ספר השיחות תש"ג ע' 147. תש"ה ע' 77. ב' דחול המועד פסח תש"ח (לקמן ע' 212). אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ז ע' שלו. ח"ח ע' קיח. ע' קכה. ח"ט ע' ד. ח"י ע' שצב. לקו"ש ח"ו ע' 364. ועוד.
- 7. ע"פ שה"ש ב, ט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.