52
חג הגאולה י"ב תמוז תש"ו
א. אמר: לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז דער אור החסידות זאָל דאָ מאיר זיין ווי אין די "אַלטע היים". דער אויסדרוק "אַלטע היים"1 האָט אַ אמת'ן פשט, דער פשט פון "אַלטע היים" מיינט שרש ומקור הנשמה קודם ירידתה למטה. בכלל די כוונה פירט זיך אויס, און וועט זיך אויספירען, נאָר אַמאָל גיט דער טאַטע אַ שמיץ, זאָל דער אויבערשטער העלפען אַז עס זאָל זיין בחסד וברחמים מתוך שמחה.
ב. אין סדר השתלשלות החסידות — מעת שנתיסדה ע"י אדמו"ר הזקן — פאַרנעמט נגינה זייער אַ חשוב'ן אָרט. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דאָס ערשטע מאָל פון מעזריטש2 האָט ער גלייך אָנגעפאַנגען מיט ניגונים3. דער אַלטער רבי איז געווען אַ מנגן נפלא, ניט נאָר וואָס ער האָט געוואוסט די כללי הנגינה, נאָר ער האָט אויך געוואוסט דעם "ענין" פון נגינה.
ווען דער רבי דער צמח צדק איז נאָך געווען אַ קינד האָט ער געפרעגט ביים זיידען — דעם אַלטן רבי'ן, וואָס איז אַ איד? והשיב לו אדמו"ר הזקן: אַ איד איז, וואָס קען מגלה זיין, זיין שרש הנשמה.
דער ענין פון עבודת החסידות איז קענען זיך, און טאָן מיט זיך. ניט נאָר קונה זיין מדות טובות, וואָס מדות טובות מיינט ניט נאָר מדות טובות ווי ע"פ דיני התורה, נאָר מדות טובות ווי ע"פ חסידות. דאָס איז טאַקע גאַנץ גוט, אָבער דאָס איז נאָך ניט אַ חסיד — עבודה פון אַ חסיד איז קענען "זיך", און דאָס איז — דורך אַ ניגון. אַ ניגון ווייזט אים וואו ער איז, ווי ער דאַרף זיין און וואו ער קען זיין. וואָס דאָס איז ע"י התגלות העצם — עצם הנשמה. ניגון איז אַ פתח ושער וואָס עי"ז קען מען צוקומען צו דעם וואו מ'דאַרף זיין. נגינה מיינט מען ניט נאָר זינגען, נאָר מען מיינט "אויסזינגען זיך"4, וואָס די התגלות העצם זינגט זיך אויס אין אַ ניגון.
אין נגינה איז פאַראַן ניגונים של שמחה און ניגונים של מרירות. וואָס די ביידע, שמחה און מרירות, האָבען זייערע זמנים ידועים וקבועים, יעדע אין זיין צייט, נאָר בכלל איז דער ענין פון נגינה — התגלות העצם.
ג. דער ענין פון אַ חסיד איז לערנען. מען דאַרף לערנען חסידות, ע"ד ווי דער לימוד הנגלה אַזוי דאַרף זיין דער לימוד החסידות5, דער טאַטע האָט מייסד געווען תומכי-תמימים מ'זאָל וויסען וואָס הייסט לערנען און ווי אַזוי מ'דאַרף לערנען אַז דער אור התורה זאָל אים בעלייכטן. מען דאַרף דאָס דערנאָך אַראָפּטראָגן אין עבודת הלב, נישט קיין אָפּגעהאַקטע קעפּ.
הערות
- 1. ראה גם שיחת י"ט כסלו תש"ז (לקמן ע' 96) הערה 46. י"ט כסלו תש"ח סי"א (לקמן ע' 184).
- 2. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 3. ראה גם שיחת פורים ושיחת יום א' דחגה"פ שנה זו (לעיל ע' 24. ע' 29).
- 4. ראה שיחת יום א' דחג השבועות שנה זו ס"ג (לעיל ע' 47).
- 5. ראה שיחת כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע שמח"ת תרנ"ט בשעת הקפות — בקשר לקריאת שם הישיבה "תומכיתמימים" — נעתקה באגרות-קודש ח"י ע' ד. ע' שסח. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 75 ואילך. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.