50
דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אַז עס איז דאָ אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל. און האָט אויסגעפירט, אַז אָנהויבן דאַרף מען פון אהבת ישראל.
ג. שבועות איז מתן תורה און קבלת התורה. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט: מיר זיינען ניט געווען זשעדנע9 אין גאונים, און מיר האָבען אויך געוואוסט פירוש המלות, אָבער דעם אמיתית'דיגען פירוש המלות פון מתן תורה און קבלת התורה האָבען מיר געהערט אין מעזריטש.
ד. שבועות איז קבלת התורה און שמירת התורה. יעדען שבועות ווערט נמשך אַ המשכה חדשה אין תורה, וואָס די המשכה חדשה איז אַ המשכה עצמית — ניט אַ גילוי פון סדר השתלשלות, נאָר המשכה עצמית.
ה. די תמימים דאַרפען וויסען דעם צד הזכות וואָס זיי האָבען, וואָס מ'האָט זיי איבערגעגעבען די אַרבעט פון הרבצת תורה, מ'האָט ב"ה אַסאַך אויפגעטאָן. די וואָס מיינען אַז זיי האָבען ניט קיין כחות אויף דעם — זיינען טועים, די וואָס מיינען אַז זיי טוען דאָס בכח עצמן איז אויך ניט אמת, מען גיט זיי כחות און מען האָט ב"ה אויפגעטאָן, אָבער קיין צופרידנקייט דאַרף ניט זיין. אַז מען איז צופרידען נעמט עס צו די תשוקה צו די ווייטערדיגע עבודה. מען דאַרף דער עיקר דערהערן, וואָס מ'האָט נאָך ניט געטאָן. אָט אַזוי ווי אַ טאַטע גיט אַ קניפּ אין באַק זיין אינגל נאָכ'ן פאַרהערן, זאָגנדיג: אויב דו מאַכסט יע אַזוי גוט, איז אַז דו וואָלסט וועלן וואָלסטו דאָך געמאַכט נאָך בעסער10.
ו. איך וויל ניט זאָגן מיט דעם לשון, אַז מיר האָבן געהאַט ליכטיקערע אויגן, נאָר מיר האָבן זיך מער דערגרונטעוועט צו דעם תוך פון די היגע אידן. פריער האָט מען געמיינט, אַז מיט די היגע אידן קען מען שוין גאָרניט אויפטאָן, דער אמת איז ניט אַזוי, ביי די היגע אידן איז פאַראַן די תמימות און דרך ארץ פנימי פאַרן אמת.
אַז מען רעדט מיט זיי וועגען שמירת שבת דערנעמט עס זיי און זיינען זיך מתנצל מצד הפרנסה.
אַז זיי קומען אַהיים פון ביהמ"ד דערציילען זיי מיט אַ התפעלות, אַז אין ביהמ"ד איז געווען אַ חזן אָדער אַ בעל קורא, אוי האָט ער געדאַוונט, אוי האָט ער געלייענט, עס איז געווען אַ געשמאַק צו הערן, איז דער סיפור מאַכט ליכטיקער די היים.
ז. ברכה (ד' ענינים11).
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.