49
געהייסן משמיט זיין אַ בלעטל פון כת"י וואו דער צמח צדק בריינגט אַראָפּ דעם גר"א און שרייבט דאָרט אַז זיין התמדה אין לערנען איז געווען אַזוי גרויס, אַז ער איז בלויז געשלאָפן צוויי און אַ האַלב שעה אין מעת לעת5. האָט דער זיידע מהר"ש געזאָגט: אָט דאָס איז אַ פלא פאַר אַ גאון? —
האָט דער אַלטער רבי געענטפערט, אַז אין מעזריטש האָט ער מקבל געווען, וואָס דער אויבערשטער איז און וואָס אַ איד איז, דעם יוקר פון אַ אידען ביים אויבערשטן און די טייערקייט פון אויבערשטן ביי אַ אידן. פריער איז אויך געווען אהבת ישראל, אָבער דאָס איז געווען מצד יוקר התורה, מען האָט ליב געהאַט אַ אידן מצד זיין ידיעת התורה, איז במילא געווען צוויי זאַכן: דער איד און זיין ידיעת התורה. חסידות האָט אויפגעטאָן — אהבת ישראל, ליב האָבן אַ איד ווייל ער איז אַ איד6. ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער בוחר געווען אין אידן, עם סגולה לה' אלקיך7, איז דאָך געווען די בחירה אין די אידן מצד העצם, ווייל זיי זיינען אידן, און אַזוי דאַרף זיין אהבת ישראל מצד ווייל ער איז אַ איד.
לגבי דעם אויבערשטן זיינען דאָך אַלע כעמי הארצים, איז דאָך במילא ניט שייך קיין יחוסים, נאָר מען דאַרף ליב האָבן דעם וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען8, וואָס צוליב אים האָט דער אויבערשטער באַשאַפען אַלע עולמות און געגעבען די תורה, און דאָס איז אַ איד בעצם.
דער בעש"ט האָט ליב געהאַט אַ אידישן גוף, און האָט געזאָגט, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבען וויסן אַז ער איז אַ חשוב למעלה האָט ער גלייך אָנגעהויבן בעטן אַז דער אידישער גוף זאָל געזונט זיין.
דער בעש"ט פלעגט זאָגען יעדן טאָג אַ ברכה, אַז אידן זאָלן זיין געזונט פשוט אין גוף, און דאָס איז אהבת ישראל עפ"י חסידות.
הערות
- 5. באגרות-קודש אדמו"ר הצ"צ ח"ב ע' קז: "הגר"א ישן ג' חצאי שעה בלתי רצופי' וגם באותן ח"ש שפתיו מרחשן כו'" (מובא בהקדמת בני הגר"א (המבלבה"ד) לביאור הגר"א לשולחן ערוך — שקלאוו תקס"ג). וביומנו של הרה"ח ר' ברוך שניאור שניאורסאהן[ednref_10_*] בן הרב לוי יצחק נכדו של אדמו"ר הצ"צ ש"ביום ש"ק [פ' תשא תרע"ה] אמרתי לו" (לאדמו"ר מהורש"ב): "שמעתי מאביו כ"ק דודי אדמו"ר מהר"ש נ"ע. . שהגר"א מווילנא הי' ישן ג' חצאי שעות במעתלעת, והי' בסירוגין. ועל כ"ק רבינו הזקן שהי' יכול לישן ולא לישן כלל. . ואמר כ"ק [מהורש"ב] שליט"א שלאו דוקא על הגר"א מוילנא כיוון זה, כי זה מצאנו בכי"ק אדמו"ר הצמח צדק נ"ע, והי' כתוב סתם הגר"א, והי' זה על ר' אברהם מקאליסק ז"ל, תלמיד המגיד ממעזריטש נ"ע".
- 6. ראה שיחת ליל אחש"פ שנה זו (לעיל ע' 40). וש"נ.
- 7. ע"פ יתרו יט, ה. ואתחנן ז, ו. פ' ראה יד, ב. תבוא כו, יח.
- 8. ראה אגרות-קודש ח"ג ע' תכה. הועתק ב"היום יום" כח ניסן. [edn_10_*] ע"ד רשימותיו של ר' ברוך שניאור — ראה ספר השיחות תש"ה ע' 4: "הרב"ש האָט מיר דאן איבערגעגעבן די רשימות וואָס זיינען געווען ביי אים פאַרצייכנט, וועגן אַלץ וואָס ער האָט געהערט און געזען ביי הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש און ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. ער פלעגט אַזוי מדייק זיין אין פאַרצייכענען, אַז צווישן די רשימות זיינען אויך געווען אַזעלכע פאַרצייכענונגען: אין דעם און דעם טאָג בין איך אַריינגעגאַנגען צום פעטער כ"ק אדמו"ר און ער האָט מיר געזאָגט גוט יום טוב".
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.