48

יום ב' דחג השבועות תש"ו

א. ביים טאַטן זיינען געווען מנהגים גלויים און מנהגים נסתרים, אַזעלכע ענינים וואָס ער האָט געטאָן בסתר, אַז קיינער האָט גאָרניט געוואוסט און גאָרניט מרגיש גיווען, וואָרום עס איז דאָ אַ סוד וואָס הגם מען ווייסט עס ניט, אָבער מען איז מרגיש אַז עס איז דאָ עפּעס אַ דבר הנעלם, אָבער ביי דעם טאַטען האָט מען גאָרניט מרגיש געווען1, ווייל ער האָט ניט געוואָלט, אַז מען זאָל נמשך ווערען נאָך ענינים חיצונים, ער האָט געמאָנט אמת.

דער טאַטע האָט געזאָגט, אַז חסידות האָט אַ ראַמעלע2 וואָס דאָס איז עבודה; און עבודה מוז זיין באמת, וואָרום אויב ניט איז דאָס קיין עבודה ניט. עס איז דאָ שקר אין רע און עס איז דאָ שקר אין טוב, אַז מען נעמט אָן אַ דרגא אין עבודה וואָס איז לעילא מדרגי' איז דאָס שקר.

כאן הפסיק כ"ק אדמו"ר שליט"א לדבר הענין מפני האורחים מזקני אנ"ש שבאו להחדר, וציוה כ"ק אדמו"ר שליט"א ליתן להם ספסלים לישב, ואמר בשחוק קל: אין אַמעריקא איז אַ באָרד אַ יחוס, בפרט אַ סיווער באָרד3.. .

אח"כ חלקו משקה להאורחים ואמר: לחיים.

ב. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש4, האָבען די גאוני וויטעפּסק ביי אים געפרעגט וואָס ער האָט מקבל געווען אין מעזריטש — זיי האָבען געוואוסט אַז דער אַלטער רבי איז אַ גאון, אַ גאון הגאונים, און זיי פלעגן מיט אים אָפט ריידן אין לערנען.

— דער ווילנער גאון איז געווען אַ פאַרזיך'דיגער און פלעגט אויסמיידען צו ריידען מיט יעדען, ער האָט מייקר געווען דעם זמן און פלעגט שרייען: וואָס האָט איר צו מיר, לאָזט מיר אַליין. ער פלעגט זשאַלעווען די צייט און ניט געוואָלט מען זאָל אים מבלבל זיין פון חידושי תורה, און פלעגט ריידען מיט איינעם נאָר ווען ער האָט גערעכענט צו מקבל זיין פון אים אַ נייעס אין חידושי תורה. ווען מען האָט געדרוקט די שו"ת צמח צדק, האָט דער זיידע מהר"ש

הערות

  1. 1. להעיר מג' הדרגות בבעל סוד — ראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 91 ואילך.
  2. 2. מסגרת.
  3. 3. ראה גם שיחת ט"ו מנחםאב תש"ז (לקמן ע' 147).
  4. 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.