47
קינד (היינו אדמו"ר הזקן נ"ע) בנוגע הוראות צו זיין חינוך וכדומה8.
דער אַלטער רבי קליינערהייט האָט זייער ליב געהאַט פעלד9. ער איז געווען אַ איש שדה. ווען ער פלעגט אַרויסגיין פון חדר וואו ער האָט געלערנט, פלעגט ער ניט גיין אַהיים, נאָר פלעגט אַוועקגיין אין פעלד און דאָרטן פלעגט ער ווייטער לערנען.
שפּילן זיך איז באַ אים ניט שייך געווען, ער האָט קיינמאָל ניט געשפּילט. ער פלעגט זאָגן: אַז מען גיט אַ קוק אויפן הימל און מען דערמאָנט זיך אַז "השמים כסאי"10, און אַז מען גיט אַ קוק אויף די ערד וואָס "והארץ הדום רגלי", היינט ווי קען מען זיך שפּילן...
איז זייענדיק אין פעלד פלעגט ער זיך אָפט אויסזינגען. עס איז דאָ זינגען, און אויסזינגען זיך11. דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, אַז פנימיות הנפש קען זיך אויסזינגען אין אַ ניגון.
אין יאָר תרנ"ד, ביי אַ פאַרבריינגען, האָט דער טאַטע געזאָגט, אַז עס איז הונדערט יאָר, זינט דער אַלטער רבי האָט געזאָגט דעם וואָרט: אַ ניגון קען אַרויסשלעפּען פון די טיפסטע בלאָטע.
דער טאַטע האָט דאַמאָלסט מבאר געווען דעם ענין פון מאה שנים.
ד. איך האָב געהערט פון טאַטן, וואָס ער האָט געהערט פון זיין טאַטן דער זיידע מהר"ש, וואָס ער האָט געהערט פון הר' אייזיק וויטעפּסקער12, אַז איינער פון די גדולי המתנגדים האָט געפרעגט דעם אַלטן רבי'נס חסידים, וואָס האָט אייער רבי אויפגעטאָן און מחדש געווען? האָבען זיי געענטפערט: דער רבי האָט אויפגעטאָן אַנשטאָט רעדען טראַכטען. וואָס מיינט דאָס? אַנשטאָט רעדען מעלות עצמו, טראַכטען וועגען מעלות פון דעם אויבערשטען.
דער אַלטער רבי האָט מבאר געווען צום צמח צדק ב' ענינים די מעלת העצמות און די מעלת הנשמות, וואָס אין חסידות איז מבואר, אַז ביידע זיינען דרכי עבודה אין עבודת ה'.
ה. דער רבי און די רביים האָבען געגעבען און גיבען אַלע מיני כליזיין און תכסיסי מלחמה צו חסידים, זיי האָבען פאַרזאָרגט חסידים מיט אַלץ און זיי געגעבען כחות. חסידים זיינען קלוגע, וואָס איז דער וואונדער אַז חסידים זיינען קלוגע, נאָך די גרויסע כחות וואָס די רביים האָבען אויף מדריך זיין חסידים, איז דאָך אפילו אַ שוטה גמור געקענט ווערען אַ חכם עתיק, נאָר מען דאַרף טאָן. אויב נאָך די אַלע כחות וואָס די רביים האָבען געגעבען צו חסידים טוט מען ניט, איז דאָס טאַקע אַ פאַרברעך, אַסאַך ערגער ווי מ'וואָלט גאָר ניט געגעבען. אַז מען האָט דיר יע געגעבען
הערות
- 8. ראה גם שיחת ליל ש"ק חוה"מ סוכות תש"ז ס"ו (לקמן ע' 68).
- 9. ראה גם אגרות-קודש ח"ו ס"ע תיז ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 129. תש"ד ע' 118. לקמן ע' 68.
- 10. ישעי' סו, א.
- 11. ראה גם שיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 52).
- 12. הרה"ח ר' יצחק אייזיק (בהרד) בהרב ר' ישעיה מתמיד (תלמידו של בעל סדר הדורות). נולד בסמילאוויטש שנת תקכ"ח. רב באסטראוונע ואח"כ בוויטעפּסק, נפטר שם בן צ"ח שנה בשנת תרכ"ו. בעה"מ שו"ת פני יצחק (ע"פ רשימת רבינו — ויכוח מינסק. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 78 בהערה). — ראה אודותו "התמים" חוברת ד ע' כח [קעט, ב] ואילך. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ס"ע 295 ואילך. קיץ ה'ש"ת שם. שיחת י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 250).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.