46
שלעפּן אידן פון גאַס און אָנטאָן זיי תפילין, מען דאַרף קיינעם ניט מכריח זיין, בכלל דאַרף ניט זיין די עבודה בהכרח, נאָר מען דאַרף יענעם מאַכן אַזוי זיס און געשמאַק אַז ער זאָל אַליין וועלן, מען קען זייער אַ סאַך אויפטאָן מיט די היגע אידן.
מען דאַרף אויך ניט צופרידענשטעלן מיט דעם וואָס מען האָט ב"ה שוין אויפגעטאָן, נאָר דער דערהער דאַרף זיין וואָס מען האָט נאָך ניט דערטאָן, וואָס איז נאָך שלא בערך וואָס מען האָט אויפגעטאָן. און דערפאַר זיינען זיי ווערט שמיצלעך, ניט בכעס חלילה, נאָר ווי אַ טאַטע שמייסט זיין קינד נאָכדעם ווי ער האָט אים פאַרהערט און האָט גוט געוואוסט — אַזוי, אויב דאָס האָסטו געקענט ניטווילענדיגערהייט, היינט ווי אַזוי וואָלסטו אויפגעמאַכט ווען דו ווילסט נאָך14.
ה. ווען איך בין געווען נאָך גאָר אַ קליינער אינגעל, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט שבועות ביינאַכט: היינט דאַרף מען אויף זיין אַ גאַנצע נאַכט און זאָגען תיקון. היינט גיט מען זייער אַ סאַך, מען זאָל נאָר אַזויפיל וועלען נעמען וויפיל מען גיט היינט ביינאַכט15.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.