43
כ"ח ניסן תש"ו1
להבחורים קודם נסיעתם לשיקאגא2
(כשנכנסו שאל: ווען פאָרט איר? וענו: היום. ואמר:) אייער פאָרען קיין שיקאַגאָ איז אַ צווייענדיקע זאַך: איר פאָרט פאַר זיך, און ווייזען אַ "סאַמפּעל"3 וואָס אַ תלמיד פון תומכי-תמימים איז. א תלמיד פון תומכי-תמימים דאַרף זיך פירן עפ"י חסידות, נישט נאָר עפ"י תורה, נאָר אַ תלמיד פון תומכי-תמימים דאַרף זיך פירן עפ"י חסידות אויך. איך האָב געהאַט אַ ביסל נחת רוח פון אייך, נאָר מען דאַרף האָבן מער. איך האָב געהערט אַז איר חזר'ט מאמרים, איך האָב געהאַט אַ נחת רוח פון דעם. מען דאַרף טאַקע חזר'ן, אָבער דאָס איז ניט גענוג, מען דאַרף טאָן. אויב מען חזר'ט אַן עבודה'דיקן מאמר דאַרף מען טאָן אין עבודה. מען דאַרף לערנען און זיין איבערגעגעבן צום לערנען און טאָן אין לערנען. מען מיינט נישט אין אַנדערע זמנים, אין זמן פון רוען דאַרף מען רוען, נאָר מען דאַרף טאָן אין לערנען בפועל ממש. מען דאַרף וועלן לערנען און קענען לערנען.
איר פאָרט ניט מיט אייגענע כוחות, מען גיט אייך כוחות.
איך וויל אייך אויפמערקזאַם מאַכן און בענטשן אייך, די תלמידים פון אייערע ישיבה, און די יוגענט פון שיקאַגאָ. זייט מצליח אין אייערע שליחות. פאָרט געזונט און זייט געזונט בגו"ר.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.