42

לעצמי הענין. דער טאַטע האָט מיר אַמאָל געזאָגט: דער כח הציור האָט דיר געראַטעוועט. און דורכדעם איז ביי מיר נתפתח געוואָרען דער חוש הציור (עד שיש כמה דברים שהנני זוכר שאינני יודע אם ראיתי בעצמי הדבר או שזהו מה שציירתי לעצמי ממה ששמעתי).

אויפן יסוד פון אהבת ישראל פון בעש"ט שטעל איך זיך פאָר וואָס פאַר אַ גרינגע אַרבעט מלאך מיכאל האָט יעצט אויף מלמד זכות זיין אויף אידן, אַמאָל פלעגט מלאך מיכאל דאַרפען זוכען הרי הרים צו געפינען אַ זכות אויף אידן, ווי עס איז ידוע די מעשה, וואָס מלאך מיכאל האָט געדאַרפט בריינגען דעם וואָגען, די פערד און די בלאָטע, און אַרויפלייגען אויפ'ן משקל לזכות את ישראל.

אָבער היינט אַז ער בריינגט די הערצער פון מס"נ, אפילו פון אַזעלכע וואָס זיינען ניט שומרי שבת און ניט קיין מניחי תפילין ר"ל, וואָס דאָס זיינען זיי דאָך ניט שולדיג, דאָס איז דאָך נאָר מצד עם הארצות און פון די וועלכע זיינען מסית ומדיח. וואָס באמת ווען די פירער וואָלטען תשובה געטאָן וואָלטען דאָך די אידען גאָר אַנדערש אויסגעזען, אָבער אפילו ביי די, איז דאָך: וואָס מיר זיינען זיינען מיר, אָבער אידען זיינען מיר; אָט דער מס"נ וואָס עס האָט זיך געפונען ביי זיי צו קעמפען און פאַרטיידיגען דאָס איז דאָך מצד העצם, אַז דער שונא האָט געוואָלט אַז ולא12 יזכר שם ישראל עוד ח"ו, האָט דאָס זיי אָנגערירט אין עצם און זיינען געגאָנגען אויף מס"נ. האָט דאָך מלאך מיכאל אַ גרינגע שטיקעל אַרבעט, מען האָט דאָך די אידען אויסגעפּרואווט אויף אַלע אופנים. שוין גענוג געשפּילט זיך, שוין צייט די גאולה ע"י משיח זאָל קומען בקרוב.

ד. אַ בעטלער איז שטענדיג פאַרנומען מיט בעטלעריי, ער קען גאָר ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס ער האָט, ער דאַרף כסדר בעטלען, און דאַרף מאַכען דעם פנים אַזוי אַז עס זאָל ניכר זיין בפניו אַז ער איז אַ בעטלער, אַז ניט וועט מען אים ניט געבען, און קען גאָר ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס ער האָט יע. כמו"כ אַ גביר, איז דער גביר וואָס גיט, גייט איהם ניט איין זיין עשירות, פון דעם וואָס יענעם פעלט; און דער גביר וואָס גיט ניט, גייט ניט איין זיין רייכטום, ווייל מען מאָנט ביי אים כסדר.

מען דאַרף כסדר בעטלען, דאָ דאַרף איינער געזונד, דאָ דאַרף איינער פרנסה, דאָ אַזאַ זאַך. מען איז כסדר פאַרנומען אין בעטלעריי, קען מען ניט הנאה האָבען פון דעם וואָס מען האָט ב"ה13. אָבער מען בעט דאָך אַ טאַטען פאַר זיינע קינדער, אַ טאַטע וואָס קען געבען, וויל געבען און דאַרף געבען. זאָל דער אויבערשטער געבען, אַז די אידען זאָל ווערען באמת גוט.

הערות

  1. 12. ע"פ תהלים פג, ה.
  2. 13. ראה לעיל סעיף ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.