41
דען. האָבן די תלמידים אַזוי געטאָן און די אַייז"ליכטלעך" האָבען געברענט.
ווען דער זיידע מהר"ש האָט דערציילט די מעשה אויף יחידות צום טאַטען האָט ער מסיים געווען: ניט נאָר וואָס די אייז איז ניט צוגאַנגען, נאָר עס האָט געמאַכט ליכטיג און וואַרעם.
ב. איך דערמאָן זיך יעצט וואָס איך האָב איבערגעלעבט דעמאָלט ווען איך האָב גערעדט די ווערטער אין ת"ש, אַז איך האָב אַ טראַכט געטאָן מיט וואָס פאַר אַ באַגאַזש מען איז געקומען און וואו געפינט מען זיך, איך האָב געוואוסט מיין שליחות, אָבער ווי אזוי... מער ניט וואָס יעדער איד איז דאָך אַ מאמין בפנימיות מוחו ופנימיות לבו, אַז אין אַלץ איז דאָ אַ כוונה עליונה וכו'.
יעצט ב"ה אַז מ'זעט די הצלחה אין די אַרבעט, וואָס מ'האָט במשך די קורצע צייט אַפולע אויפגעטאָן און די כוונה עליונה אין די שליחות האָט זיך דורכגעפירט, און דורך וועמען, דורך צובראָכענע מענטשען, וואָס די עלטערען זיינען צופרידען... האָט מען דאָך געדאַרפט זיין שש ושמח, נאָר מען איז פאַריאָגט7. בלשון העולם, אַז איינער פרעגט דעם אַנדערן: ברודער וואָס מאַכסטו? ענטפערט ער: אַזוי איז נישקשה, נאָר מ'איז פאַריאָגט.
מ'איז פאַריאָגט פון די צרות היום יום, דאָ איז ביי דעם אַ פּריזיוו, ביי דעם איז אַ אַפּעראַציע ר"ל, אַ יולדת, איז מען כסדר פאַריאָגט, אַז מ'קען ניט זיין בשמחה8.
ג. אין איינעם פון די שפּאַצירן וואָס איך בין געגאַנגען מיט'ן טאַטן, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט: די נשמה זעט, שכל שטעלט זיך פאָר, און האַרץ לעבט איבער.
עס האָט זיך דעמאָלסט גערעדט וועגען חסידישען חינוך, וואָס עלטערען מעגען דאָך האָבען אידישען נחת פון קינדער, עלטערען פון קינדער און קינדער פון עלטערען פון חסידישן חינוך וכו'. דער טאַטע האָט מיר דעמאַלסט געזאָגט: איך בין מהלל ומשבח צום אויבערשטן פאַר דיין חינוך.
ווען איך האָב נאָר אָנגעהויבען צו ריידען, אַלס אַ קינד פון 3 יאָהר בערך, פלעגט דער טאַטע מיר פרעגן, וואָס געדענקסטו?9 — איך זאָל זיך מצייר זיין — האָב איך געזאָגט איך געדיינק דעם זיידן — מהר"ש נ"ע — ווי ער האָט געטראָגען 2 גאָלדענע קייטלעך אויפ'ן וועסט — כידוע שהמהר"ש נ"ע נשא תמיד 2 שעונים בכיסו — דעם ט"ק וואָס האָט אַרויסגעזען זיך פון וועסט, האָט דער טאַטע מיר געזאָגט אַז איך זאָל זיך דאָס מצייר זיין. ער האָט ביי מיר מפתח געווען דעם חוש הציור. אַז איך האָב געלערנט ביי מיין ערשטען מלמד ר' יקותיאל10 ודרכו הי' שאחר הלימוד פלעגט ער דערציילען סיפורי מעשיות שהי' בהם עניני הפלאה, שגם לגדולים הי' זה הפלאה ומכ"ש לילדים, פלעג איך זיך דאָס מצייר זיין. אח"כ למדתי אצל המלמד ר' ניסן11. וכמו"כ בכל ענין בלימוד דא"ח ציירתי
הערות
- 7. ראה שיחת ליל שביעי של פסח שנה זו (לעיל ע' 39).
- 8. ראה לקמן סעיף ד.
- 9. ראה לקמן ס"ע 64. ע' 109. ע' 230. ע' 239. ע' 306. ע' 336 (וראה ע' 333).
- 10. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 111. ע' 119. לקמן ע' 89 ואילך. ע' 239. ע' 352. ע' 361. ע' 394.
- 11. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 120. לקמן ע' 43. ע' 65 ואילך. ע' 89. ע' 128. ע' 161. ע' 240. ע' 254. ע' 392 ואילך. רשימות היומן — חורף תרצ"ה.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.