39
דער צ"צ האָט אָנגעהויבן פאַרבריינגען מיט חסידים זייענדיג אַלט 15 יאָהר, שפּעטער בעת נשיאותו פלעגט ער פאַרבריינגען זייער בקיצור און בהתיישבות.
דער סדר פון דעם פאַרבריינגען איז געווען, אַז ער פלעגט אָנהויבן מיט אַ סיפור המעשה און נאָכדעם פלעגט ער מבאר זיין דעם בכן, ווי דאָס דאַרף פּועל'ן אין כחות חב"ד, חג"ת, נה"י, און קבלת עול מלכות שמים דאַרף מען אַליין קריגן.
דער צמח צדק האָט געזאָגט: אַ סיפור דאַרף פועל'ן בענינים הנ"ל, און אויב דאָס פועל'ט ניט איז דאָס מסיבת א' מג' טעמים: א) ווייל דער שומע פאַרשטייט ניט, ב) ער וויל ניט פאַרשטיין, והג) ווייל דער מקבל איז אַ כלי מאוסה. דער זיידע — געמיינט אדמו"ר הזקן — איז דאָך געווען אַ טוב עין10, האָט ער געגעבען אַ כח אויסצווואַשן די כלי מאוסה דורך — אַ ניגון.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: דאָס איז אַלץ אויב עס איז אדעתא דנפשי'.
ג. איך בין מכיר אין דעם חסד עליון, וואָס עס איז ב"ה דאָ הצלחה אין מיין נסיעה אַהער, מ'האָט ב"ה אין אַ קורצע צייט אַ פולע אויפגעטאָן.
די וואָס זעהן מיך און איך אַליין וואונדערן זיך פאַרוואָס מען זעט ניט אויף מיר שמחה בהתגלות. באמת האָט מען דאָך געדאַרפט זיין שש ושמח, אַז במשך אַזאַ קורצער צייט האָט מען געמאַכט ליכטיג אַ סאַך אידישע הערצער, מען האָט ב"ה פאַרפלאַנצט אַ נטיעה פּנימית, אַ פּנימיות'דיגע נטיעה, אַ אור זרוע וואָס בריינגט און וועט בריינגען פירי פירות. מען האָט דאָך געמאַכט ליכטיג אַז אין די מדינה זאָל מען אויך דערהערען דעם אמת, וואָס די ליכטיגקייט האָט גע'פועל'ט אין אַלע סוגי בני אדם, אפילו די וואָס ווילען ניט אַריינגיין אין די אַרבעט און טוען אַלע השתדלות'ן אויף ניט אַריינגיין אין דעם און דרייען מיטן קעפּל אויף ניט, זיינען אויך געוואָרען אַנדערש, וואָס לפי ערכם זיינען זיי נשתנה געוואָרען מהקצה אל הקצה,
— איך בין כלל ניט גענאַרט, מ'האָט ב"ה אַ פולע אויפגעטאָן. האָט דאָך געדאַרפט זיין אַלע טאָג שמחת תורה, די שמחה פון תורה בהתגלות, נאָר וואָס דען, מען איז זייער צובראָכן.
50 יאָהר אַז מען ווייקט זיך אין אידישע יסורים, אין פערשידענע צייטען און פערשידענע שליחות'ן, צוזעהענדיג דעם שעבוד הגוף, ניט שעבוד הגוף נאָר שבירת הגוף, זעענדיג וואָס פאַר אַ טוב אידען זיינען ווערט, איז דערפון איז מען זייער צובראָכן און עס קען ניט זיין די שמחה בהתגלות11.
דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז אידן זאָל ווערן גוט, אַ פּנימיות'דיגן גוט, און עס זאָל נמשך ווערן דער גילוי המשיח בפועל, ניט נאָר בכח נאָר בפועל, ס'איז שוין דורכגעווייטאָגט, און אַלע אידן זאָלן גיין אין ארץ ישראל, און עס זאָל טאַקע זיין ארץ ישראל.
הערות
- 10. ע"פ משלי כב, ט. וראה שיחת יום א' דחה"ס תש"ח (לקמן ע' 168).
- 11. ראה גם שיחת ליל אחש"פ שנה זו (לקמן ע' 41).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.