38
ליל שביעי של פסח תש"ו בסעודה
א. איך האָב געהערט פון טאַטן וואָס ער האָט געהערט פון זיידן, בשם הצ"צ, אַז דער אַלטער רבי האָט געזאָגט לנכדו הרב"ש1: דו האָסט מיך מחיי געווען, מיט דעם וואָס דו האָסט זיך איינגעהערט צו די טעמי הנגינה2 און האָסט זיי איינגע'חזר'ט.
— דער אַלטער רבי האָט געהאַט באַזונדערע טעמי הנגינה צו יעדען טייל פון קרה"ת3, עס איז ניט געווען גלייך די טעמי הנגינה פון גאַנץ תורה צו די טעמי הנגינה פון אז ישיר, און די טעמי הנגינה פון עשרת הדברות אין יתרו איז ניט געווען גלייך צו די טעמי הנגינה פון עשרת הדברות אין משנה תורה4. —
דער למען תספר באזני בנך ובן בנך5 — האָט דער אַלטער רבי ווייטער געזאָגט צו רב"ש — מיינט מען ניט נאָר אַ אייניקל, נאָר עד סוף כל הדורות, נאָר מען קען דאָך ניט איבערגעבן בע"פ נאָר צו אַ אייניקל, אָדער אַ אוראייניקל, וואָלט איך זייער וועלן, אַז די ניגונים וואָס דו האָסט געהערט פון מיר, וואָס דאָס איז ווי מלכות דאצילות זינגט, זאָל מען זיי זינגען עד סוף כל הדורות.
נאָך אזויפיל יסורים און מנגדים וואָס דער אַלטער רבי האָט געהאַט, וואָס די מנגדים אין עוה"ז זיינען ניט בערך צו די מנגדים וואָס ער האָט געהאַט מצד שרשי הקליפות, וואָלט ער וועלען, אַז די אַלע כוונות וואָס ער האָט מכוון געווען, און די ניגונים וואָס ער האָט מסדר געווען, זאָל מען זיי זינגען עד סוף כל הדורות, און וואו אַ איד וועט זיך געפינען און באַ וועלכען מצב ער וועט זיך געפינען וועט דער ניגון אים מעורר זיין צו תשובה, וואָס תשובה מיינט מען ניט אויף אַ חטא ועון6, נאָר תשובה אויף דעם גילוי, אַז ער דערהערט גילוי מיינט ער דאָך אַז ער האָט שוין עפּעס, דאַרף ער וויסען אַז דאָס איז ניט מער ווי אַ גילוי.
דער אַלטער רבי האָט זייער מחבב געווען דעם רב"ש7. נאָך די הסתלקות פון אַלטען רבי'ן, איז דער רב"ש כל ימיו געווען צובראָכן באַ זיך און ער האָט זיך ניט געקענט טרייסטן8. דער צמח צדק האָט איינמאָל געזאָגט צו רב"ש, וואָס קענסטו ניט קומען צו זיך, דער זיידע זיצט אין גן עדן און איז מגלה פנימיות התורה, וענה הרב"ש: איך וואָלט דאָס וועלן הערן...
ב. דער צמח צדק פלעגט בחיי דעם אַלטן רבי'ן, בחיי דעם מיטעלן רבי'ן, און אויך שפּעטער בעת נשיאותו פאַרבריינגען מיט חסידים9.
הערות
- 1. ר' ברוך שלום, בנו בכורו של הצ"צ. ראה אודותו: ספר השיחות שבהערה הבאה. וש"נ.
- 2. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 253. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 54. 253. וש"נ.
- 3. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם.
- 4. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם ע' 54: דער זיידע פלעגט לייענען די עשרת הדברות פון ואתחנן מיט אַ אַנדער ניגון ווי די עשרת הדברות פון יתרו. . דער זיידע פלעגט לייענען די פיהר פסוקי אז ישיר ישראל, באר חפרוה, וממתנה, ומבמות הגיא, מיט אַ ניגון מיוחד, אָבער אַנדערש ווי אז ישיר פון שירת הים.
- 5. בא י, ב.
- 6. ראה לקו"ת דרושים לר"ה ס, ד. סה"מ תרח"ץ ע' יג. וש"נ.
- 7. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 88.
- 8. ראה גם ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 151. תש"ג ע' 89.
- 9. ראה גם שיחת ליל ש"ק פ' לך לך שנה זו (לעיל ע' 12).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.