37

בכינוס הר"מ ומנהלי ישיבות תומכי-תמימים ואחי-תמימים

אשר בערי השדה ב[יום ד' ד]חוהמ"פ תש"ו1

יעצט קען מען זאָגן אַז די שליחות פון קומען אין אַמעריקא האָט ב"ה מצליח געווען.

עס איז יעצט ניט די צייט צו ריידן וועגן דעם באריכות, נאָר מען דאַרף געבן אַ הלל ושבח דעם אויבערשטן, וואָס ער האָט מצליח געווען די שליחות.

איר זייט דאָך טעטיק אויפן געביט פון חינוך הכשר און האָט ב"ה מצליח געווען, נאָר וויפיל איר טוט ניט אין דעם, איז נאָך אַלץ ניט גענוג. מען דאַרף קלאָר מאַכן פאַר אייך די אחריות, וואָס די השגחה העליונה האָט אַרויפגעלייגט אויף אייך. איר זייט די נבחרים פון דער השגחה עליונה וועלכע גיט אייך די נויטיגע כחות אויף דורכפירן די שליחות, נאָר איר דאַרפט זיך ניט נאַרן ניט אין דער שליחות און ניט אין די כחות.

פון צייט צו צייט דאַרפט איר זיך פאַרזאַמלען און צוזאַמענריידן זיך וואָס איר האָט צו טאָן פאַר דעם חינוך הכשר, און ווי אַראָפּצובריינגען בע"ה אייערע החלטות מן הכח אל הפועל.

מען דאַרף טאָן מיט אַ פנימיות — איך מיין דאָ ניט פנימיות בדרכי החסידות — נאָר טאָן מיט כחות פנימיים. מען האָט געעפנט אַ טיר, דאַרף מען זיין אַ נכנס בפנים.

דאָס איז אין עצם. און די התגלות והתפשטות דאַרף זיין בכל לשון שאתה שומע. עס זיינען דאָך דאָ קינדער און יוגענט וועלכע פאַרשטייען ניט קיין אידיש, דאַרף מען זוכן עצות ווי צו בריינגען אויך זיי צו תורה ויראת שמים און ווי צו בריינגען תורה ויראת שמים צו זיי. מען דאַרף שטרעבן צו מאַכן די אַמעריקאַנער אידישע קינדער פאַר לומדים, אָבער פריער — פאַרשטייט זיך — דאַרף מען אַראָפּנעמען די לבושים המלוכלכים און אָנטאָן זיי לבושים נקיים.

אַז עס געפינט זיך אין אַ שטאָט אַ יונגערמאַן אַ בןתורה, דאַרף זיך דאָרטן דערהערן אַז עס איז דאָ אַ איד אין שטאָט. אַ ודאי זיינען ב"ה פאַראַן מערער אידן, כן ירבו, אָבער דאָס זיינען כחותהנעלמיםאידן וועלכע מען דאַרף שייערן און רייניגן ביז עס ווערט ביי זיי נתגלה דער טוב.

איר דאַרפט נעמען די יוגענט אין אייערע הענט. איר דאַרפט שאַפן פאַר זיי שיעורים און מסיבות! איר דאַרפט זיי באַקענען מיט דעם לעזעמאַטעריאַל וועלכע איז שוין ערשינען דורך דעם "מרכז לעניני חינוך" און מען דאַרף זוכן בע"ה צו ערמעגלכן דעם ערשיינען פון נאָך — פאַר דעם יוגענט צוגעפּאַסטע — שריפטן.

דער אויבערשטער זאָל אייך אַלעמען מצליח זיין אין אייער שליחות בכלל, און יעדן איינעם אין וואָס ער דאַרף בפרט.

הערות

  1. 1. נדפס בסה"מ תשי"א ע' 239. פירוט התאריך "יום ד' דחוהמ"פ" ע"פ הנרשם בכותרת בהנחה בלתי מוגה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.