36

היינט געוואָרען אַ ביסעל אויסגעוועבט, אַ ביסל פאַרשלאָפן3. הגם מאָנען דאַרף מען מאָנען ביי זיך, ביי יענעם דאַרף מען זעהן די מעלות, אָבער...

ג. איך האָב אַמאָל געהערט פון טאַטן אויף יחידות, אַז דער אַלטער רבי האָט מתקן געווען דעם ציור חב"ד, ניט נאָר מתקן געווען נאָר ממשיך געווען אַז אפילו אַ ישובניק (העוסק בישובו של עולם) זאָל אויך דערהערען הפלאת חכמה עילאה, אָבער די תכלית הכוונה איז, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ בפועל.

דער טאַטע האָט דאַן געזאָגט, אַז מ'טוט בלויז אין לימוד החסידות אָן עבודת התפלה, איז דאָס קיין קאָפּ ניט, נאָר במחילה...

עבודת התפלה איז שייך צו אַלעמען (ניט נאָר פאַר יחידי סגולה), נאָר מען דאַרף אַראָפּטרייסלען דעם שטויב און בלאָטע וואָס איז אָנגעוואַקסן, וואָס אין דאַוונען איז פאַראַן ב' תנועות, געגועים צו אלקות, אָדער דער געשמאַק, וואָס עס איז גוט, עס פעלט קיין זאַך ניט, ער בעט ניט אויף מזונות, אויף גשמיות, ער איז צופרידען דאָס וואָס ער האָט (היינו ההרגש מאלקות) און ער וויל אַז דאָס וואָס ער האָט זאָל ביי אים לייכטען.

אַמאָל איז געווען אַז די וואָס האָבען געדאַוונט (באריכות) האָבען געוואוסט, און די וואָס האָבן געזען יענעם דאַוונען האָבן געהאַט געגועים צו דעם, היינט...

אַ חסידישער דאַוונען איז אַזוי ווי אַ טרוקענע שטיקל האָלץ. אַ נאַסער האָלץ ווען ער הויבט אָן ברענען, שיפעט עס און עס פלאַקערט אויף מיט אַ גרויסען רעש, אָבער אַ טרוקן שטיקל האָלץ, ברענט שטיל, אָן רעש, און ווען דער פלאַם גיט עם אַ חאַפּ אָן, גיט ער זיך אַ טרייסעל, און דער פייער ברענט עם דורך. אַזוי איז אויך אין אַ חסידישן דאַוונען, שטיל אָן רעש, ווען דער פלאַם פון דאַוונען גיט עם אַ חאַפּ, גיט ער זיך אַ טרייסל, איבערברעכן זיך זיינע מדות, אָבער אַלץ אָן רעש וכו'.

איך האָב געהערט צוויי לשונות וועגען דאַוונען, אויסלעבן זיך (אין דאַוונען) און אויפלעבן.

אַמאָל איז געווען דער חסידישער ווינקעל, מען פלעגט אַריינגיין אין ביהמ"ד און אַוועקזעצן זיך אין אַ ווינקל און אָנהויבן זיך באַטראַכטן וואָס טוט זיך מיט אים, ווער גייט דאָס דאַוונען און פאַר וועמען מען גייט דאַוונען...

היינט, אַז מען שטייט אויף אינדערפרי, הויבט מען זיך אָן אַיילען, מען דאַרף, מען דאַרף גיין אַהין, מען דאַרף דאָס, מען דאַרף העלפן דעם רבונו של עולם, און אויף עבודת התפלה פאַרגעסט מען.

הי' ענין ע"ד: חב"ד חג"ת נהי"ם, די ממשלה אויף זיך.

הערות

  1. 3. ראה גם שיחת יטכ כסלו ה'שי"ת ס"ג ואילך (לקמן ע' 384).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.