35

שבת חוה"מ פסח תש"ו בסעודת היום

א. אחד מהמסובים לא אכל והרגיש בזה כ"ק אדמו"ר שליט"א ואמר: עבודת חב"ד איז אַז מען זאָל עסן, נאָר מען דאַרף קענען (ווי צו) עסן.

ב. ניגנו את הניגון של ר' אשר מניקאָלאַייעוו1 ואח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

איך האָב געהערט פון טאַטען, בשם אביו אאזמו"ר מוהר"ש, וואָס ער האָט געהערט פון צמח צדק, אַז ניגוני חב"ד זיינען אחד משני פנים, אָדער זיי קומען פון חב"ד אָדער זיי זיינען מגלה חב"ד. אויף דעם ניגון וואָס מ'האָט יעצט געזונגען האָט דער טאַטע געזאָגט אַז דאָס איז פון די פרשה וואָס איז מגלה חב"ד.

דער טאַטע האָט דאָס גערעדט אין אַ געוויינליכען שבת באחת משבתי השנה, און האָט ממשיך געווען: אַז מען לערנט 2 שעה חסידות פאַר'ן דאַוונען, נאָכדעם גייט מען אין וואַסער, נאָכדעם שטעלט מען זיך דאַוונען, און מ'גיט אַ טראַכט מיט וואָס גייט מען דאַוונען, "ווער" גייט דאַוונען און מיט וואָס, און נאָכדעם אַז מען דאַווענט באריכות התפלה און מען זינגט דעם ניגון קען מען עפּעס אויפטאָן, דער עיקר פון עבודת התפלה איז עס זאָל זיין סיומא דתפלה, עס זאָל פּועל'ן אויף נאָכן דאַוונען.

פאַראַן אַזעלכע וואָס האַלטן ביי די דרגא פון פאַרן דאַוונען, ד.ה. אַז דער פאַר'ן דאַוונען איז באַ זיי גוט, זיי לערנען חסידות ווי מ'דאַרף, נאָר דער דאַוונען אַליין איז אַ טרוקענער, ווער רעדט נאָכן דאַוונען, איז שוין גאָר אַ קאזיאל2. דער עיקר עבודת התפלה איז אַז עס זאָל פּועל'ן אויפ'ן גאַנצען טאָג.

און דער טאַטע האָט גערעדט אין דעם דרגות: פריער איז, אַז דער עסען נאכ'ן דאַוונען זאָל זיין ווי אַ דאַוונער עסט. נאָר דאָס איז אַ דבר הפשוט און ער האָט אין דעם ניט מאריך גיווען. דער מעלה פון דעם איז, אַז דער דאַוונען זאָל ביי אים דערהערט ווערען אין אַלע זיינע ענינים בכל היום, ער טוט זיך טאַקע זיינע ענינים וואָס ער דאַרף טאָן אָבער אין אַלע זיינע ענינים דערהערט ער דעם דאַוונען און דאָס איז אים מעורר צו תפלת המנחה, נאָכדעם בערבית אַז עס ווערט פינסטער, גיט ער אַ טראַכט אַז עס איז ניט נאָר פינסטער אין גאַס, נאָר עס איז פינסטער באַ איהם אין האַרצען און עס איז פּוסט אין קאָפּ, און מיט די התבוננות הויבט ער זאָגען והוא רחום יכפר, וואָס רחמים פון סדר השתלשלות איז ניט מספיק, אָבער אַז עס איז "והוא" רחום, וואָס "והוא" איז עצמות, עס זאָל נמשך ווערען רחמים פון עצמות א"ס, איז דאַמאָלסט הויבט אים אָן לייכטען, וואו לייכט זיך דאָס אין קריאת שמע שעל המטה, וואָס דעמאָלט איז נאָכדעם די שלאָף ניט ווי אַ שוטה שלאָפט וכו'.

דער עיקר פון חסידות איז צו דערהערען דעם ענין. דערהערען וויפיל חיות עס ליגט אין אַ חסידישען ניגון, וויפל חיות עס ליגט אין אַ חסידישען וואָרט.

דער ענין פון עבודת התפלה איז

הערות

  1. 1. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ שנה זו (לעיל ע' 34).
  2. 2. {6} תיש.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.