31

ה. דער טאַטע האָט אַמאָל גערעדט אין אַ המשך מאמרים דעם ענין פון חכמה דאצילות און האָט מבאר גיווען אַז די מציאות פון חכמה איז באַ מצד הביטול. וויפיל ער האָט דעם ענין מסביר גיווען איז נאָך אַלץ געווען ניט מובן כל צרכו.

אין אַ משך זמן אַרום זיינען מיר געווען אין פּעטערבורג. דאַן איז אין פּעטערבורג געווען אַ גרויסער פּאַראַד, עס איז געגאַנגען אַ פּאָלק22, אַלע סאָלדאַטן אויסגעמושטירט אין שיינע קליידער מיט זייערע כלי זיין, באַ יעדע שורה איז געגאַנגען אַ פירער און אין שפּיץ איז געפאָרן אַ רייטער אויף אַ פערד, דער פערד איז געווען אויסגעצירט און אויפ'ן פערד איז געזעסען אַ פאָניע, וואָס פאָניע קען רייטן אויף אַ פערד, און זיינען געגאַנגען מיט'ן גאַנצען נימוס פון חיל.

האָט דער טאַטע צו מיר געזאָגט, אַז דאָס איז אַ הסבר אויף דעם ענין פון חכמה דאצילות, דער סאָלדאַט ביז וואַנען ער איז געוואָרן אַ גוט אויסמושטירטער סאָלדאַט האָט דאָך גענוג קלעפּ אַריינגעכאַפּט, אַז דער קנעפּל איז ניט גענוג אויסגעפּוצט האָט מען דאָך געשלאָגען און געגעבען קאַרצער, און וואָס פאַר אַ בעטרעף האָט דער סאָלדאַט באַ זיין פירער, גאָרניט, ער איז דאָך באַ אים כעפרא דארעא, און דאָ זעט זיך דער סאָלדאַט אין אַ מציאות, איז דאָך זיין גאַנצער מציאות בא מצד הביטול, וכמו"כ הוא בענין חכמה דאצילות שכל המציאות שלה בא מצד הביטול.

דער טאַטע איז אַזוי געווען צוזאַמענגעבונדן מיט חסידות אַז וואָס ער האָט געזען, האָט ער ניט געזען די זאַך ווי עס ווייזט זיך כפשוטו, נאָר ווי דאָס איז אין עניני אלקות.

און דאָס איז אַ הוראה פאַר אַ עובד אַז וואָס ער זעט און וואָס ער הערט, זאָל ער דאָס דערהערען אין דעם אמת'ן ענין.

סדר השני של חג הפסח תש"ו

א. הא לחמא עניא.

ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטען מאָל פון מעזריטש1 האָט מען איהם געפרעגט, וואָס האָט ער דאָרטן מקבל געווען פסח, האָט ער געענטפערט, אַז אין מעזריטש האָט ער גענומען, וואָס איז דער גאַנצער סדר פון גלות מצרים און די גאולה, די כוונה פון גלות און די כוונה פון גאולה, וואָס דאָס ליגט אין די דריי ווערטער פון: הא לחמא עניא.

די אידען אין מצרים איז זייער עבודה געווען אַ עניות'דיגע, ווייל זיי האָבען גענומען פון ה"א פון שם הוי'. און דאָס איז דער פירוש פון: הא לחמא עניא, פאַרוואָס איז דאָס לחמא עניא, ווייל דאָס איז נאָר ה"א פון שם הוי'.

דאַרפען דאַרף מען אָנהויבן פון יו"ד פון שם הוי', וואָס יו"ד איז דער העלם העצמי, וואָס ער איז כולל אַלע גילויים, אָבער אַז מען נעמט נאָר פון ה"א איז דאָס לחמא עניא.

הערות

  1. 22. {6} גדוד.
  2. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.