30

ר' שלום יוסף איז געווען אַ אַלטער איד פון דעם אַלטן רבי'נס חסידים, נאָר זייער אַ פּשוטער, זיין פרנסה איז געווען, וואָס ער איז געווען אַ בויער, אַ פּשוטער אַרבעטער. ווען ר' הלל איז נאָך געווען אַ יונגערמאַן, איז ר' שלום יוסף שוין געווען אַ שטאַרקער זקן. ר' שלום יוסף פלעגט אַ סאַך דאַוונען. איינמאָל האָט ר' הלל געזען ווי ר' שלום יוסף האָט שטאַרק געוויינט אין דאַוונען, האָט אים ר' הלל נאָכדעם געפרעגט, פאַרוואָס האָסטו געוויינט אין דאַוונען, האָט אים ר' שלום יוסף געענטפערט, איך האָב געהערט פון רבי'ן18 אַז באַ יעדען איז זיין נשמה פון חכמה דאצילות, היינט אַז איך האָב אַ טראַכט געטאָן, חכמה דאצילות אין אַ ליידאַק19, וואָס פאַר אַ רחמנות עס איז אויף חכמה דאצילות צו זיין אין אַזאַ ליידאַק, האָב איך זיך פאַנאַנדערגעוויינט.

בעת ר' הלל האָט געזאָגט ביים פאַרבריינגען אַז ער איז מקנא ר' שלום יוסף'ן, האָט ער זיך שטאַרק פאַנאַנדערגעוויינט. ווען רשב"ץ האָט מיר איבערדערציילט דעם סיפור האָט ער געזאָגט, אַז ר' הלל'ס געוויין איז געווען ע"ד ווי געה בבכיה20 וכו'.

האָט ר' אייזיל זיך אָפּגערופן: איך בין מקנא ר' הלל'ן, אַזאַ משכיל, אַזאַ ידען — ווי עס איז ידוע אַז ר' הלל איז געווען קלאָהר אין כתבי האריז"ל אותיותווייז — און אַזאַ עובד, זאָל מקנא זיין די פשטות פון שלום יוסף'ן דעם בויער.

ויאמר ר' הלל לר' אייזיל, נו.. וענה ר' אייזיל: דאָס קען מען ניט מאַכן, אַז מ'האָט דאָס האָט מען דאָס, דאָס איז נאָר מצד געגועי הנשמה, וואָס אַ נשמה ציט לאלקות, און אויף דעם האָרעווען מיר אַז מיר זאָלן זוכה זיין צו דעם.

ד. (עס איז דאָ אַ וואָרט מקובל רבי מפי רבי, אַז) ווען דער אַלטער רבי האָט זיך דערוואוסט די אחריות פון זיין שליחות, האָט ער זיך ניט באַרואיגט ביז ער האָט שוין געהאַט אַ אייגענעם מנין, אַז ער האָט געהאַט אַ אייגענעם מנין יונגעלייט, האָט ער געוואוסט אַז ער האָט שוין עפּעס אויפגעטאָן אין זיין נייעם דרך.

ב"ה, מיר אין אַמעריקא האָבען שוין אַ מקום מנוחה, אַזוי איז דאָך דער הוהאַ פון אַמעריקאַנער גשמיות'דיגן לעבן, דער רעש וכו', אָבער ב"ה מיר האָבן שוין אַ מקום מנוח, אָבער מען דאַרף זיך דערמיט ניט מסתפק זיין, יעצט דאַרף מען ערשט אָנהויבן טאָן. ע"ד ווי עס שטייט נאָכן מבול אַז "ולא מצאה היונה מנוח לכף רגלה"21, אין פלוג — ווי קומט מנוחה צו כף הרגל, מנוחה נעמט זיך דאָך מצד העונג, גילוי עצם הנפש, היינט ווי קומט מנוחה צו אַ פּאַדעשווע? נאָר דער ענין איז אַז די כוונה פון מנוחה איז אַז מ'זאָל אַראָפּקומען אין כף הרגל, היינו אין אַ בפועל ממש. די מעלה פון רגל איז דאָך וואָס דאָס איז מעמיד דעם גאַנצען ציור האדם, אַזוי קען ער דאָך אומפאַלען, נכשל ווערען, אָבער ע"י הרגל איז דער ציור האדם על מקומו, אָבער די כוונה איז אַראָפּטראָגן די מדריגה פון מנוחה אין כף הרגל אין די נידעריגסטע מדריגה אין מעשה בפועל ממש, דאַמאָלסט איז דאָס מנוחה, אַז מען איז בערואיגט.

הערות

  1. 18. אדמו"ר הזקן.
  2. 19. {6} נבל.
  3. 20. ראה ע"ז יז, א.
  4. 21. נח ח, ט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.