29
נשמתם. דער אַלטער רבי איז דאָך געווען חכמה דאצילות, האָט ער מחבר געווען די עשרה ניגונים9, וואָס זיינען מסודר עפ"י חכמה דאצילות10.
דעם ערשטן פסח וואָס דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש11, בעת דעם צווייטען סדר, זיינען זיך צונויפגעקומען אַלע לומדים און גאונים פון שטאָט, האָט דאַמאָלסט דער אַלטער רבי געזונגען ניגונים, וואָס דורך די ניגונים האָט ביי יעדערן געלויכטן זיין שרש נשמה.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: אָט דאָס איז אַ חסידישער ניגון, וואָס דאַרף מעורר זיין דעם גילוי הנשמה.
ב. ביי אַלטע חסידים איז געווען אַ קביעות צו לערנען חסידות און טאָן אין עבודת התפלה, דאָס איז ביי זיי געווען בפשיטות, אַז אָן דאַוונען קען מען קיין חסיד ניט זיין. מען מיינט ניט אָן דאַוונען כפשוטו ח"ו, נאָר אַז מען איז זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה. אַמאָל האָט מען ווייניגער געלערנט חסידות און ווייניגער געוואוסט, איך האָב געקענט אַלטע חסידים וועלכע האָבן געוואוסט נאָר געציילטע מאמרים, אָבער דאָס וואָס מען האָט געוואוסט האָט מען געלעבט אין דעם12, היינט לערענט מען מער און מ'ווייס מער, אָבער עס פעלט עבודת התפלה עס פעלט דער הרגש פנימי, ידיעה און חיות זיינען צוויי בעזונדערע זאַכן.
ג. רשב"ץ13 האָט אַלעמאָל מכיר טובה גיווען פאַר דעם זכות וואָס מען פלעגט איהם אַריינלאָזן צו די פאַרבריינגעניש פון אַלטע חסידים. אַמאָל פלעגט מען דאָך ניט אַריינלאָזן צו די חסידישע פאַרבריינגעניש נאָר יונגעלייט, אָבער די בחורים פון ישיבה — ווי עס איז ידוע אַז אין ליובאַוויטש איז געווען אַלעמאָל אַ ישיבה14, אויך די זיצער — פלעגט מען ניט אַריינלאָזן. רשב"ץ, ווייל ער איז געווען אַ תלמיד און אַ מחונך פון החסיד ר' מיכל אַפּאָצקער15, פלעגט מען אים יאָ אַריינלאָזן.
רשב"ץ האָט דערציילט וואָס ער האָט געזען בעת אַ חסידישער פאַרבריינגען אין ליובאַוויטש וואו עס זיינען געזעסן ר' הלל פּאַריטשער16 און ר' אייזיל האָמליער17, בעת'ן פאַרבריינגען האָט ר' הלל זיך אָפּגערופן, אַז ער איז מקנא שלום יוסף'ן דעם בויער — בונה — פּלאָטניק.
הערות
- 9. ראה שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 24). וש"נ.
- 10. ראה שיחת פורים תש"ז (לקמן ע' 101), שעשרת הניגונים הם כנגד העשר ספירות.
- 11. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 12. ראה גם שיחת פורים שנה זו ס"ב (לעיל ע' 24).
- 13. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
- 14. ראה אגרות-קודש חלק ב ע' קז. "רשימת המאסר" — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 255.
- 15. ראה "התמים" חוברת ע' עד [לח, ב] ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91. תש"א ע' 96 ואילך. שיחת י"ב תמוז תש"ז (לקמן ע' 137).
- 16. הרב ר' הלל בר' מאיר הלוי מאליסאוו, הידוע בשם "ר' הלל פּאַריטשער" (תקנ"ה — יא מנ"א תרכ"ד). ראשי פרקים מתולדותיו — ראה פלח הרמון על ספר בראשית ועל ספר שמות — הוצאת קה"ת בתחילתם. ספר השיחות תורת שלום ע' 13. 109. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 52 הערה 12. תרפ"חתרצ"א ע' 30 הערה 10. וש"נ. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221. ע' 231 ואילך. ע' 236 ואילך. ע' 240 ואילך. ע' 276. ע' 351 ואילך. אגרות-קודש ח"ג ע' שכט ואילך. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' קלב. לקמן ע' 259. ע' 410 ואילך.
- 17. ראה אודותו לעיל ע' 25 הערה 23.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.