28
ווען דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטען מאָל אין וויטעבסק איז געווען ותהום כל העיר5. אין וויטעבסק זיינען געווען פיל לומדים, גאונים, זיינען זיי נתפעל געוואָרן פון דעם אַלטען רבי'נס גאונות.
דער אַלטער רבי האָט דערציילט, אַז ער אַליין האָט ניט פאַרשטאַנען, פאַרוואָס ער האָט ניט געהאַט דערפון אַ הרגש גאוה, און ער האָט געקלערט, אפשר איז ער ביי זיך אַזוי הויך אַז דאָס איז ביי אים ניט תופס מקום, אָבער אַז ער איז נאָכדעם געגאַנגען אין מעזריטש און האָט זיך דערוואוסט אַז זיין נשמה איז חכמה דאצילות — איז דאָס ביי אים רעכט געוואָרן, ווייל חכמה דאצילות ווייס וואָס זי איז, און חכמה דאצילות דערהערט אַז די גאַנצע חיות העולמות איז מער ניט ווי אַ הארה בעלמא.
בכלל ביז איצטער האָבען די רביים מעלים געווען צו דערציילן סיפורים, ווייל מ'האָט געוואָלט אַז ביי חסידי חב"ד זאָל אַלץ זיין מצד המוחין, אפי' התעוררות המדות זאָל אויך זיין מצד המוחין, אָבער היינט6... אָבער...
דאָס וואָס איך דערצייל איז אַלץ וואָס איך האָב געהערט פון טאַטן און דער טאַטע פון דער זיידע און נאָך העכער.
באַ די רביים איז גיווען אַ קביעות צו דערציילען סיפורים פון די התנהגות פון אַלטן רבי'ן בימי נערותו, דער אַלטער רבי האָט דערציילט צום מיטעלן רבי'ן און צום צמח צדק וואָס האָט מיט אים פּאַסירט בימי ילדותו און ווען ער איז געווען אַ אברך.
דער צמח צדק זייענדיג אַלט 9 יאהר האָט שוין אָנגעהויבען פאַרשרייבען רשימות פון די סיפורים וואָס ער האָט געהערט.
דער אַלטער רבי האָט דערציילט דעם מיטעלן רבי'ן און צמח צדק, אַז מימי ילדותו האָט ער קיינמאָל ניט געהאַט קיין קושיות אין תורה. ד. ה. זיין לערנען איז ניט געווען באופן של קושיות און תירוצים, נאָר ער האָט יעדען ענין אין תורה געלערנט גלייך כהלכתו. אויב ער האָט יע געהאַט אַ קשיא איז דאָס פאַרבליבן אַ קשיא, וואָס דאָס איז ניט געווען מצד חסרון המקבל נאָר מצד העלם המשפיע, וואָס דאָס גייט אַריין אין כלל — יתרץ קושיות ואבעיות.
קומענדיג אַהיים — אין וויטעבסק — דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש און וויסנדיג פון דעם גרויסן אחריות פון זיין נשמה שליחות, האָט דער אַלטער רבי מייקר גיווען כל רגע ורגע און האָט אָנגעהויבן טאָן און מקרב זיין אידען, ניט נאָר די וואָס זיינען שייך צו חב"ד, און ניט נאָר די וואָס זיינען שייך צו מדות חג"ת, נאָר אויך די וואָס זיינען שייך צו נה"י, אידן וואָס זיינען שלמים בתורה ומצוה, גאָר פּשוטע אידן7, וואָס די פּשטות פון אַ פּשוטען אידן נעמט זיך פון פּשיטות הנשמה, וואָס פּשיטות הנשמה האָט אַ שרש אין פּשיטות העצמות8.
וועלנדיג מקרב זיין אויך די פּשוטע אידן, האָט דער אַלטער רבי ממציא געווען דעם ענין פון ניגון, וואָס דורך ניגונים וועט ביי זיי נתגלה ווערען שרש
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.