26
דאַרף זיין ווי דער טאַטע זאָגט: "טאָפּאָראַ דאָ פּלאַחאַ"30.
ה. דער רבי זייענדיק אין פּעטערבורג אין פּעטעראָפּאָוואַלסקי קרעפּאָסט, זיינען געקומען צו אים דער בעש"ט און דער מגיד איהם מבקר זיין און מחזק זיין31. האָט דער רבי זיי געזאָגט32: איך דאַרף ניט קיין חיזוק ווייל איך האָב אויף זיך גענומען מסירת הגוף33, נאָר מיט מיין מסירת הנפש וויל איך אויס'פּועל'ן אַז די אַלע וואָס וועלן גיין אין דעם דרך זאָלן מצליח זיין34, און דער דרך זאָל האָבן הצלחה ביז ביאת המשיח, און אויף דעם דאַרף איך האָבן חיזוק; און זיי האָבן אים צוגעזאָגט. און ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט, אַז איך האָב פון זיי אויף דעם בטוחות, נאָר איך האָב אַ בקשה אַז מיט די מנגדים זאָל מען זיך כלל ניט מתווכח זיין, און ניט מתפאר זיין זיך.
והתחיל לדבר כ"ק אדמו"ר שליט"א, שכמו"כ צריכים להתנהג: מ'דאַרף זיך מיט די מנגדים כלל ניט מתווכח זיין; מ'דאַרף זיך פירען אַזוי אַז מ'זאָל זעהן דעם דרך הטוב. אויב יענער לאָזט זיך — דאַרף מען טאָן אַ אידען אַ טובה. און אויב ער איז אַ שוטה אַ טיפש, און במילא שוין אויך דאָס וואָס עס שטייט ווייטער35 (רשע וגס הרוח), דאַרף מען ניט. מיט אַ שוטה אַ פתי איז אפילו לאחר ק"כ שנה אין ג"ע אויך ניט באַקוועם צו זיין צוזאַמען.
אין אַ עת צרה, ר"ל, שרייט מען דאָך: טאַטע! זיידע! מען דאַרף זיך מכין זיין אויף זאָגען דעם אַלטען רבי'נס ניגון, און מען דאַרף זיך מצייר זיין ווי מען איז אין האַדיטש אויפן אהל און מען קלאַפּט אָן אין טיר און מ'זאָגט: רבי!36
ו. איך וויל ריידען צו די תלמידי התמימים ובפרט צו די תלמידים וואָס לערנען מיט אַנדערע. מ'וואָלט באַדאַרפען ריידען אין דעם בארוכה, נאָר מ'וועט ריידען דברים קצרים.
אַלע ענינים הן אין תורה הן אין יראת שמים הן אין הדרכה, דאַרפען זיין מיט אַ פנימיות, אָן רעש, אָן אַליאַרעם, אָן דעם "אַהאַ". דאָס ערשטע דאַרף מען טאָן מיט זיך אַליין — מען זאָל זיך אַליין מתקן זיין37; און דאָס וואָס מען וויל מתקן זיין באַ דעם תלמיד זאָל זיין אָן רעש. אפילו די קינדער וואָס קענען ניט עסען אין די היימען — זאָלען זיי ניט עסען, אָבער אָן דעם "אַהאַ", ניט מעיז זיין אביו ואמו. איר תלמידי התמימים ווייסט גאָרניט וואָס מען ערוואַרט נאָך צו זען דורך אייך — מען שטעלט אויף אייך אויס אַ גרויסען צעטעלע — איר מוזט אַלעס טאָן מיט אַ פנימיות, וועט דער אויבער
הערות
- 30. {6} הקרדום (הגרזן) על העץ. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 198. וש"נ. לקמן ע' 188.
- 31. ראה בית רבי ח"א פט"ז בהערה (לא, א). לקו"ש ח"ל ע' 170.
- 32. במקומות שצויינו בהערה הקודמת איתא שרבינו הזקן שאל אותם למה מגיע לו שישב במאסר ומה תובעים ממנו.
- 33. ביאור ענין "מסירת הגוף" — ראה שיחת כ' כסלו שנה זו ס"ב (לעיל ע' 19).
- 34. ראה אגרות-קודש ח"ד ס"ע רסד ואילך.
- 35. אבות פ"ד מ"ז.
- 36. נוסחא אחרת: כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר שהוא אומר זאת אז חסידים זאָלען נישט מיינען אַז זיי זיינען עלענד.
- 37. נוסחא אחרת: יעדער דאַרף וויסען ווער ער איז. . אַ חסידישער יונגערמאַן ווייסט אַז מען דאַרף טאָן אין מדות וכו' נאָר מען לייגט אָפּ אויף מאָרגען, מען דאַרף ניט אָפּלייגן.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.