25
ער איז אַ עצמי21. אַ עצמי קען מאַכן, מאיר זיין דעם חב"ד שבנשמה.
וכמעשה הידוע22 מר' אייזיק23 עם הצ"צ במאמר על שלשה דברים העולם עומד שאמר הצ"צ בתחלת קבלת הנשיאות, אותו המאמר ששמע מאדמו"ר הזקן בהיותו ילד, כידוע24 שהלך אַז הצ"צ לבקר את הר' אייזיל, ויהב לי' ידי' ואוקמי'25, ואמר לו אז הפי' ע"ז בקבלה26. ואמר אַז אח"כ ר' אייזיק: 50 יאָהר אַז איך האָרעווע אין חסידות, און איך בין נאָך ניט צוגעקומען אפי' כאצבע קטנה; באַ אונז איז אורות געשאָנקענע און כלים ניט קיין אויסגעאַרבעטע, און באַ אים איז אורות עצמיים און כלים אויסגעאַרבעטע.
ד. כידוע איז ר' אייזיק געווען אַ גרויסער גאון, און זיין גאונות האָט גע'שם'ט ניט נאָר אין וויטעבסק און אין מינסק, נאָר מ'האָט אויך געזאָגט זיין תורה אין ווילנא. און ווען ער איז דאָס ערשטע מאָל צוריק געקומען פון ליאָזנא האָט מען ביי אים געפרעגט: וואָס האָסטו דאָרט געהערט, תורה האָסטו דאָך אַ סאַך. והשיב להם: געהערט האָב איך ווינציק נאָר געזען האָב איך אַ פולע, איך האָב געזען דעם אור התורה, די גילויים ווי עס איז געווען אין ביהמ"ק27. ושאלו אותו: ווי אַזוי קען מען דאָס זען דעם אור התורה, והשיב להם: אין זוהר28 שטייט עס איז פאַראַן עינין סתימין ואזנין אטומים29 דערפאַר זעט מען ניט און מען הערט ניט, אַז מ'האָט ניט קיין בלינדע אויגן און מ'האָט ניט קיין טויבע אויערן — קען מען הערן און זען כעין האור בבית המקדש.
(ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אויף זאָגען דעם וואָרט דאַרף מען זיין אַ ר' אייזיל. און מיר ווינטשן זיך היינט: הלוואי זאָלן מיר חאָטש נאָכזאָגן אַ וואָרט פון אַ אַלטען חסיד מיט אַ פנימיות און מיט אַ דערהער וואָס האַלטן דערביי ווייס נאָר דער אויבערשטער אַליין. וואָס באמת האָבען מיר גאָרניט און מיר זיינען גאָרניט, מען באַנוגענט זיך מיט דעם וואָס עס איז דאָ. אַ קבצן פרייט זיך ווען אַ גביר גיט איהם שלום עליכם.
אַמאָל פלעגט מען זאָגען אַ וואָרט אויף די וואָס זאָגען תורה און טוען ניט אין עבודה, פאַרוואָס ביזטו מגנה תורה, עס איז תורה טהורה בכלי מאוסה, עס
הערות
- 21. ראה גם ספר השיחות תורת שלום ע' 189. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 89. וש"נ.
- 22. רשימות היומן של רבינו ט' תמוז תרנ"ח "התמים" חוברת ג ע' כב [קכז, ב] ואילך. אגרות-קודש ח"ד ע' תקז ואילך. רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 235. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קעה ע' 3 ואילך). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ס"ע 3 ואילך. שם ע' 238. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 103 ואילך. תש"א ס"ע 146 ואילך.
- 23. הרה"ג והרה"ח ר' יצחק אייזיק בר' מרדכי הלוי עפשטיין מהאמיל. מחסידי אדמו"ר הזקן, אדמו"ר האמצעי ואדמו"ר הצ"צ. אודותו — ראה ספר השיחות תרצ"ו—חורף ה'ש"ת ע' 4 וש"נ. שם ע' 237 ואילך. ובארוכה — "תולדות הרה"ח ר' יצחק אייזיק" (קה"ת — אה"ק, תש"מ. תשמ"ז). וראה לקמן ע' 132. ע' 313. ע' 410 ואילך.
- 24. "התמים", אגרות-קודש וספר השיחות קיץ ה'ש"ת שם.
- 25. ראה ברכות ה, ב.
- 26. ראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת שם.
- 27. בנוסחא אחרת נוסף: און עס איז פאַרענטפערט געוואָרען די קשיות, און דאָס איז תורה לשמה.
- 28. ראה זח"א כח, א. ח"ב קצו, א. ח"ג רכב, א (ברע"מ). ועוד. וראה גם שיחת חג השבועות תרצ"ד סי"ז. לקמן ע' 115.
- 29. נוסחא אחרת: אודנין דלא שמעין.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.