24

רבי13 האָט אונז מבאר געוועזען דעם "ידע", און מען איז צוגעקומען צו דעם "לא ידע"14, און דורך דעם "לא ידע" איז מען צוגקומען צו דעם אמת'ן "ידע"15.

(והתחיל ואמר:) מיר חסידי חב"ד זיינען ב"ה היינט אויף אַ גוטען שטאַנד, אָבער עס פעלט נאָך אַ סאַך. אַמאָליגע חסידים זייינען געווען פאַראיינציגט מיט די חסידות וואָס זיי האָבן געלערנט, זיי זיינען געווען איין זאַך. זיי האָבען קיין סאַך נישט געלערנט, ווינציגער פאַרשטאַנען; בלויז יחידים זיינען געווען קלאָר אין אַפולע חסידות ובריבוי השכלה, אבל רובם של החסידים האָבען נישט געוואוסט קיין סאַך חסידות, אָבער דאָס וואָס זיי האָבען געלערנט איז געווען איין זאַך מיט זיי, נישט קיין צוויי זאַכן16.

מען איז געפאָרן צום רבי'ן איינמאָל אין יאָר, איינמאָל אין צוויי יאָר, איינמאָל אין דריי יאָר; מען האָט געהערט פון רבי'ן אַ וואָרט — האָט מען מיט דעם וואָרט געלעבט, ער איז מיט דער חסידות געווען איין זאַך. אין גאַס, אין קראָם, ביים עסען, ער האָט געלעבט מיט דעם.

אָבער היינט מען פאַרשטייט אַ סאַך מער, מ'לערנט חסידות, אָבער דער חסידות לערנט אים גאָר ניט — ער מיט די חסידות זיינען צוויי זאַכן. עס קומט צום דאַוונען זשאַלעוועט ער ניט קיין קנאַק מיט'ן פינגער17, אַ קלאַפּ אין טיש — אָבער עס איז לא נגע ולא פגע18. און מ'דאַרף וויסן אַז דאָס איז היפך הכוונה.

ג. זייענדיק אויף יחידות בשנת תרנ"ח, האָט מיר דער טאַטע דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון זיידען בשם הצ"צ, אַז די עבודה פון אַלטען רבי'ן איז געווען אויף מגלה זיין ביי יעדען דעם חב"ד שבנשמה. אַז עס איז אַריינגעקומען צו איהם אויף יחידות אַ פשוטער איד, האָט ער איהם אַ סמאָליע (כן הי' הלשון של כ"ק אדמו"ר מהר"ש נ"ע) געטאָן מיט זיין חב"ד שבנשמה.

דער אַלטער רבי צוריק קומענדיג פון מעזריטש19 קיין וויטעבסק, וועלענדיג נעמען די לומדישע יונגעלייט, האָט ער פאַר זיי געזונגען אַ ניגון. כידוע אַז דער אַלטער רבי האָט געהאַט צען ניגונים20, און מיט דעם ניגון וואָס ער האָט פאַר זיי געזונגען זיינען זיי געקומען צו דביקות און זיינען אויסגעגאַנגען אַזוי ווי אַ ליכט, און דאַן האָט ביי זיי מאיר געווען דער אור התורה, און עס איז ביי זיי פאַרענטפערט געוואָרען אַלע שאלות וקושיות. ולאח"ז בהמשך הזמן זיינען זיי אינמיטן איינגעשלאָפען געוואָרען.

און דאָס קען נאָר מאַכן אַ רבי, וואָס

הערות

  1. 13. הרב המגיד.
  2. 14. ע"פ מגילה ז, ב.
  3. 15. ראה גם סד"ה וקבל היהודים תשי"א (סה"מ מלוקט ח"ג ע' עח). שיחת פורים תשי"א (תורת מנחם — התוועדויות ח"ב ע' 310).
  4. 16. ראה שיחת יום א' דחג הפסח שנה זו ס"ב (לקמן ע' 29).
  5. 17. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84. שיחת י"ט כסלו תש"ז. י"ב תמוז תש"ח (לקמן ע' 96. ע' 249). שיחת ש"פ לך לך תשי"א (תורת מנחם התוועדויות ח"ב ע' 80).
  6. 18. ראה שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח סוס"ד. יום ב' דחג השבועות תש"ט סוסכ"א (לקמן ע' 161. ע' 332).
  7. 19. ראה הערה 7.
  8. 20. ראה שיחת יום א' דחה"פ שנה זו (לקמן ע' 29). ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 181. אגרות-קודש ח"ג ע' תמד (הועתק ב"היום יום" כה תשרי). ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.