22
פורים תש"ו
א. ווען דער אַלטער רבי איז געקומען קיין וויטעבסק האָט מען אים שוין געהאַלטן פאַר אַ גאון, עס איז ידוע אַז צו 13 יאָר איז שוין דער רבי געוועזן אַ גאון1.
ווען זיין פאָטער ר' ברוך איז מיט אים געקומען משדך זיין אים אין וויטעפסק — האָבן די גאוני וויטעבסק שוין געוואוסט פון זיין גאונות. ביז 17 יאָר האָט זיך דער אַלטער רבי ניט מגלה געווען. און בערך צום 18'טען יאָהר האָט ער שוין געהאַט חברים, וואָס ער האָט מיט זיי געלערנט, אַזוי אַז מען האָט שוין געוואוסט פון זיינע גאונות2.
ווען ער איז אַלט געוואָרן אַכצן יאָהר האָט ער אָנגעהויבן זוכן שלימות, האָט אים דאַן דער פעטער מהרי"ל3 געזאָגט: לערנען קענסטו אַביסל אָבער חסידות ווייסטו גאָרניט (כידוע אַז אביו ר' ברוך ודודו הרב יוסף יצחק האָבען פון אים מעלים גיווען4. כידוע אַז דאַן האָט מען שוין געוואוסט פון חסידות, נאָר עס איז געווען בסתר, כידוע פון די צדיקים נסתרים — אויך דער פעטער הרב ר'
הערות
- 1. "לעונת בר מצוה נכתר מהגאונים בתואר רב תנא הוא ופליג" — אגרותקדש ח"ט ע' נז. שלשלת היחס בתחלת "היום יום". ובספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 59 שבמסיבת הבר מצוה של אדה"ז הסמיכוהו כל הגאונים והכתירוהו בתואר "רב". וראה בית רבי ח"א פ"א (א, ב). ספר השיחות שם ע' 175.
- 2. נוסחא אחרת: ביז 17 יאָר האָט זיך דער אַלטער רבי ניט מגלה געווען, חוץ מיט זיינע חברים וואָס ער האָט מיט זיי גערעדט אין תורה, אין אַכצענטן יאָר האָט אים דער פעטער מהרי"ל געזאָגט [ההמשך בפנים].
- 3. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 19. וש"נ.
- 4. ראה ספר השיחות תש"א ע' 102. תש"ה ע' 132 ואילך. לקמן ע' 68. ע' 255. ועוד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.