19

כ' כסלו תש"ו

א. יעדער איד גלויבט באמונה פשוטה, אַז די אַלע ענינים וואָס פּאַסירען אין חיי האדם והנהגותיו בדבר היותר קל איז אַלץ בהשגחה פרטית.

מורנו הבעש"ט זאָגט1 אַז אפילו דאָס וואָס אַ שטרייעלע אין גאַס ווערט פאַרוואַנדעלט פון איין אָרט אויף אַן אַנדער אָרט איז דאָס בהשגחה פרטית צוליב אַ כוונה עליונה, וואָס דער מענטש בעדאַרף פון דעם אַפולע לערנען אין לעבען.

ב. אין דעם דורכשניטליכען אידישען אויסשפּראַך איז דער אויסשפּראַך מסירת נפש אויך כולל מסירת הגוף, אָבער אין אמת'ן איז מסירת הגוף און מסירת הנפש צוויי זאַכען.

די עבודה פון מסירות הגוף איז מכשיר זיין דעם גוף דורך דעם קיום המצות, אַז דער גוף זאָל משתוקק זיין טאָן אַלץ וואָס מען בעדאַרף טאָן אין קיום המצוות מעשיות און מדות טובות און ניט וועלען טאָן אָט דאָס וואָס מען טאָר ניט טאָן עפ"י תורה, און מסירות נפש איז איבערגעגעבען דעם "רצון" צו אלקות, דאָס מיינט איבערגעבען דעם למעלה מן השכל צו אלקות.

ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט אין אַ פאַרבריינגעןמסיבה:

דער רבי — הכוונה רבינו הזקן — דער ליטווישער גאון מקובל און חקרן, איז געוואָרען אַ איבערגעגעבענער חסיד ניט דורך די התפעלות פון אופנים און שרפים, נאָר דורך דעם גילוי המוחין פון דעם מעזריטשער מגיד.

ד. רבינו הזקן האָט גיזאָגט לכ"ק אחיו מהרי"ל2: דער רבי — געמיינט דעם הרב המגיד — האָט זיך דאָ למטה אין עשי' הגשמיות געפירט מיט דעם סדר פון די ספירות אין עולמות הרוחניים למעלה, איז דער וואָס איז געווען קלאָר אין דעם סדר גילוי הספירות בעולמות העליונים, איז פון די עניני הנהגה פון רבי'ן — הרב המגיד — האָט ער געקאָנט וויסען דעם זמן פון שעות היום אָדער שעות הלילה, על דרך ווי משה רבינו אַז ער איז געווען אין הימעל האָט ער געוואוסט ווען עס איז יום ולילה3.

ה. די שעה קבועה וואָס הרב המגיד האָט קובע געווען אויף צו חזר'ן די מאמרי תורה פון מורנו הבעש"ט, אויך די סיפורים פון מורנו הבעש"ט, וואָס הרב המגיד פלעגט איבערגעבען צו רבינו הזקן, איז געווען אין אַ שעה קבועה ומסודרה בחול, בשבת קודש ובמועד. איידער הרב המגיד פלעגט אָנהויבן דעם לימוד אָדער דעם סיפור, פלעגט הרב המגיד זאָגען בקול תחנה ותפלה: אל הוי' ויאר לנו4. און לסוף הלימוד אָדער לסוף הסיפור בגמר השעה של לימוד, פלעגט הרב המגיד זאָגען: יהי רצון שיאיר ויתגלה אור חי' יחידה בחב"ד שבנפש בגילוי ובהצלחה.

הערות

  1. 1. ראה ד"ה הטה אלקי תרצ"ד (ספר המאמרים קונטרסים ח"ב רעט, א). שיחת יו"ד שבט תש"ט. שיחת יום שמחת תורה ה'שי"ת ס"א (לקמן ע' 300. ע' 378). כתר שם טוב (הוצאת קה"ת, תשנ"ט) הוספות סימן קעט ואילך. וש"נ.
  2. 2. ראה אודותו: ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 68 הערה 31. וש"נ. לקמן ע' 22.
  3. 3. ילקוט שמעוני תשא רמז תו. מדרש תהלים יט, ג. וראה גם רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 227.
  4. 4. תהלים קיח, כז.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.