18
עמיצען וועלכער טוהט אין עבודת התפלה, קען זיין, אַז דער מקבל זאָל פאַרשטיין אַ זאַך וואָס דער משפיע פאַרשטייט נישט אין זיינע אייגענע רייד.
אַז מען איז מקבל חסידות פון איינעם וואָס טוהט ניט אין עבודת התפלה איז דאָס סקילה ברוחניות.
אצל אדמו"ר האמצעי הי' תקנות אַז פון איינעם וועלכער טוט נישט אין עבודת התפלה זאָל מען נישט הערען קיין חסידות12, ור' הענדל הי' זוכר שלפעמים אַז מען פלעגט קומען אין אַ שטאָט טרעפען איינעם זאָגענדיק חסידות, פלעגט מען פרעגען: פון אים מעג מען הערען חסידות?
ו. אַ חסידישער רב פון סמיליאַן איז געקומען צום מהר"ש און האָט זיך באַקלאָגט אויף די וואָס הערען פון איהם חסידות אַז זיי הערען נישט, און עס קומט ניט אַראָפּ בפועל. וענה לו אדמו"ר מוהר"ש: און וואָס טוהט זיך מיט דיר אַליין, אַ פיש שמעקט פון קאָפּ. — ער איז געווען אַ חסידישער איד, האָט דאָס גע'פּועל'ט אויף אים.
ז. אַ הכנה צו עבודת התפלה הויבט זיך אָן פון קריאת שמע שעל המטה13, אויך תיקון חצות אויב מען איז שייך צו דעם.
(שאל הרש"ל שי': וואָס הייסט שייך צו דעם? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) איך מיין מצד בריאות הגוף. (שאל הרמ"ש שי': צי איז דער שלאָפן ניט קיין הפסק ניט נוגע? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען שלאָפט אַנדערש, עס איז שוין גאָר נוגע.
(הרש"ל שי' סיפר אַז ער האָט גיזעהן פּראָסטע אידען ריכטען אָפּ חצות מיט אַ מנין. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) באַ אידען איז ניטאָ קיין פּראָסטע.
ח. היינט איז ראש השנה, דער אויבערשטער זאָל העלפען עס זאָל נמשך ווערן. (ואמר הרש"ל שי': און וואָס איז מכח גשמיות? וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אידישע גשמיות איז רוחניות.
אַז מען זאָל זיין האַלב פון דעם ווי מען ווייסט ווי מ'דאַרף זיין וואָלט שוין אויך געווען...
ט. מ'האָט אַמאָל געפרעגט ביים אַלטן רבי'ן, פאַרוואָס חסידים זינגען ביים דאַוונען14, וענה: ביים דאַוונען דאַרף זיין עס זאָל "דערנעמען", ער זאָל נתעורר ווערען, און אַז עס דערנעמט זינגט זיך.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען דאַרף זינגען אַ ניגון עס זאָל "דערנעמען". ביי אַ ניגון דאַרף מען ניט שרייען, דאָס איז אַ קול כסיל, נאָר זינגען אַ פּנימיות'דיגען ניגון, אַז עס זאָל דערנעמען.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.