12

ליל ש"ק פ' לך לך תש"ו בסעודה

א. בשנת תרנ"ד האָט כ"ק אאמו"ר פאַרבראַכט שבת פ' לך לך, קוטב השיחה: אָנהייב עולם התיקון. בכלל פלעגט מען ניט אַלעמאָל פאַרבריינגען פ' לך לך. נאָך שבת האָט רשב"ץ1 פאַרבראַכט און האָט געזאָגט אויף אאמו"ר: בוצינא קדישא אור העצמי, אַז מיר וואָלטען געהאַט אַזאַ מדריך יונגערהייט וואָלטען מיר גיווען אַנדערש.

יענעם יאָר האָט רשב"ץ פאַרבראַכט גאַנץ עשי"ת, אויך די נאַכט פון ערב יוכ"פ. פאַרטאָג האָבען זיי געזאָגט: מען דאַרף גיין צום האָן, צום שליח, צו דער תמורה.

ב. בשנת תרנ"ב אויף דער חתונה פון ר' משה האָרענשטיין2 האָט אאמו"ר נ"ע פאַרבראַכט און גערעדט3: אַז מ'לערנט חסידות און מען טוט נישט אין עבודה, איז דער עונש ווי פון דעם וואָס נעמט ראשו של מלך און בויגט איהם איין ווי עס שטייט אין תניא4, די שמיץ וואָס מען וועט געבען איז דער חלק האחרון צוגיוויינט דערצו, אָבער די חרפה דערפון.

דאַמאָלסט איז דאָרטן געווען פתחי' חאַרסאָנער און ישעי' חאַרסאָנער5. איז פתחי' איז נתבטל געוואָרען, און ישעי' איז געשטאַנען און שווייס און טרערן האָבען זיך געגאָסען פון איהם. דער פעטער רז"א האָט געזאָגט: ער ווערט בטל פאַר'ן אמת, פאַר דעם נפש'דיקען אמת.

ג. אדמו"ר מהר"ש האָט אַמאָל געלערנט מיט אאמו"ר נ"ע דעם מאמר פון פ' לך לך אין תורה אור6, איז אויף דער שורה "אב רם הוא השכל הנעלם מכל רעיון" האָט ער גערעדט הסברה פיר שעה.

ד. אאמו"ר נ"ע האָט געזאָגט תרנ"ד אַ מאמר לך לך7 אַ פרומער מאמר8: מען דאַרף צוקומען צום רצון למעלה מטעם ודעת, דורך אַוועק גיין "מארצך וממולדתך ומבית אביך" פון השגה, דאַמאָלסט קומט מען צו "אל הארץ אשר אראך"9.

ה. בכלל פלעגט אאמו"ר אין די ערשטע יאָרען אַ סאַך פאַרבריינגען, אויך אדמו"ר הצ"צ אין די ערשטע יאָרען ובפרט בזמן הנשיאות של אדמו"ר האמצעי10.

הערות

  1. 1. החסיד ר' שמואל בצלאל ב"ר שלום שבתי שעפטל. ראה תולדותיו ב"התמים" חוברת א ע' סז [לה, א] ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 91 ואילך. שיחת יום א' דחה"פ שנה זו. י"ב תמוז תש"ז ס"ו רשימת חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 29 ואילך. ס"ע 136 ואילך. ע' 350). וראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 95. לקמן ע' 161. ע' 163. ע' 215. ע' 246. ע' 332.
  2. 2. עם ב"ג הרבנית מרת חי' מושקא. החתונה התקיימה יום ו' עש"ק יו"ד אלול תרנ"ב (ראה סה"מ תרנ"ב ע').
  3. 3. ראה גם אגרות-קודש ח"ד ס"ע שא ואילך.
  4. 4. סוף פרק כד.
  5. 5. באגרות-קודש שם (ע' שב): ר' יהושע שו"ב דחערסאָן.
  6. 6. יא, א.
  7. 7. נדפס בסה"מ תרנ"ד ע' מח ואילך. ואוצ"ל: תרנ"ה (סה"מ תרנ"ה ע' יח ואילך). — ראה סה"מ שם ע' בהערה ש"בקופיר בראש המאמר נרשם: דער פרומער לך לך".
  8. 8. ראה גם שיחת יום שמח"ת ה'שי"ת (לקמן ע' 377).
  9. 9. לך לך יב, א.
  10. 10. ראה גם שיחת ליל שביעי של פסח שנה זו (לקמן ע' 38). וראה ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 165.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.