8
ליל שמחת תורה תש"ו
א. די עבודה אמיתית איז דער תכין לבם1, בעטען באַ השי"ת, אַז ער, ברוך הוא, זאָל העלפען אין דער התחלת העבודה פון אַוועקשטעלען די האַרץ אויף דעם ריכטיגען עבודה פּלאַץ.
ב. חסידות האָט בעזה"י דעם געטליכען כח איבערצואַרבעטען פון אַ בעל חסרון אין כחות הנפש פאַר אַ בעל מעלה ומדריגה אין עבודת ה', אָבער צו דעם מוז מען האָבען דעם ריכטיגען רצון חזק, צו וועלען באמת ווערען אויס בעל חסרון און ווערען אַ בעל מעלה.
ג. יעדער דאַרף זיך מאַכען אַ שיעור צו לערנען דעם פירוש המלות פון דאַוונען. מען דאַרף לערנען די פסוקים פון תורה פון מקור, רש"י און רמב"ן אָדער אבן עזרא און כמו"כ פון נ"ך פון מקור. דער רבי2 האָט מחבב געווען דעם מצודת3.
ד. דער אויסטייטש פון דעם וואָרט "לימוד" איז ניט גלייך אין לימוד החסידות און אין לימוד הנגלה. דער באַגריף פון דעם וואָרט לימוד אין נגלה איז לערנען, אָבער אין תורת החסידות מיינט דער באַגריף פון וואָרט לימוד — איבערלעבונג.
דאָס מיינט אַז כל זמן מען איבערלעבט ניט דעם ענין פון חסידות וואָס מען לערענט, איז דאָס נאָך ניט פאַרשטאַנען.
די נקודת ההשכלה פון דעם ענין איז: אין גלי' שבתורה מיינט פאַרשטאַנד, אַז דער פאַרשטייער באַלעבט די השכלה, און אין פנימיות התורה מיינט פאַרשטאַנד, אַז די השכלה באַלעבט זיין פאַרשטאַנד.
ה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט אַז ער האָט געהערט פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק, אַז ער האָט מקבל געווען רבי מפי רבי, אַז אויף עבודה על דרך החסידות שטייט עמוק עמוק מי ימצאנו4. דער דרך החסידות איז אַ אין סוף עומק, און דער וואָס איז אַ עבודה'דיגער "מי", דעם גיט מען מלמעלה על פי הוראת בית דין שלמעלה, אַז ער זאָל מצליח זיין בעבודתו און אַז ער זאָל זיין אַ ימצאנו'דיגער.
הערות
- 1. ע"פ תהלים י, יז.
- 2. כ"ק אדמו"ר הזקן.
- 3. ראה שיחת ש"פ חיי שרה תשי"א (לקו"ש חט"ו ע' 504): "דער רבי האָט זייער געהאַלטן פון דעם מצודת — איך ווייס ניט מצד וועלכע סיבה — ער האָט אויך דערציילט אז דער שיעור תהלים פלעגט מען אַמאָל לערנען עם פי' המצודת". ובספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 158 בשם אדמו"ר מהורש"ב: "פירוש המצודת דוד בריינגט דער זיידע, און אז דער זיידע בריינגט דעם מצודת דוד דאַרף מען זיך אויף דעם אָפּשטעלן".
- 4. קהלת ז, כד. וראה שיחת מוצאי יו"כ ה'שי"ת ס"ג. רשימה מחורף ה'שי"ת (לקמן ע' 346. ע' 355).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.