7

ליל שמיני עצרת תש"ו

א. אין עבודה לעבען איז דער הפרש פון דער עבודה דשמיני עצרת און די עבודה דשמחת תורה אין דעם, אַז שמיני עצרת איז מלך בהיכלו, אַז ניט אַלע קענען אַריינגיין בהיכל מלך, און ווען מען גייט אַריין אין היכל מלך ווערט אפילו דער שר אויך בטל אַזוי ווי דער עבד. דער ביטול פון דעם שר איז מער ניט "ווי" דער ביטול פון דעם עבד. אַז מען זאָגט "ווי", מיינט מען כמו, וואָס דאָס איז נאָך ניט דער ביטול בכל עצמותו. באַ דעם עבד אָבער איז דער ביטול בכל עצמותו. אַ שר האָט שכל, אַ עבד האָט קיין אייגענעם שכל ניט, גיט איהם דער מלך זיין שכל. דער ביטול פון אַ עבד און דער שכל פון אַ מלך זיינען אַ שיינע פּאָר. און דאָס איז דער הפרש צי דער אָנהויב איז עבודה מיט קבלת עול און נאָכדעם פאַרשטייט מען, צי דער אָנהויב איז פאַרשטיין און נאָכדעם טאָן. דער הפרש איז מובן לכל.

שמחת תורה איז מלך בהתגלות, דעמאָלט איז די עבודה שמחה בהתגלות1, דאָס מיינט וואָס די פיס הויבען דעם קאָפּ. עבודה בפועל הויבט אויף דעם שכל המשיג אין אַזאַ אָרט וואָס דער קאָפּ קען ניט דערגרייכען. מען טאַנצט און מען טאַנצט ביז מען דערטאַנצט זיך צו דעם רום עצמי, וואָס צו דעם קען צוקומען נאָר אַ עובד וואָס מעשיו מרובים מחכמתו2.

הערות

  1. 1. להעיר ממה שמצינו בהנהגת רבותינו נשיאינו שבשמיני עצרת היו רואים אצלם תנועה ומצב רציני, משא"כ בשמחת תורה, שאז היו בתנועה של שמחה שלמעלה ממדידה והגבלה — שיחת ליל שמחת תורה תשד"מ. ליל ה' דסוכות תנש"א.
  2. 2. ע"פ אבות פ"ג מ"י.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.