5

יום א' דחג הסוכות תש"ו

א. עס איז פאַראַן אַן אַלטער חסידישער וואָרט: דעם פאַרשטאַנד פון חסידות באַקומט מען אין לערנען חסידות. דעם געפיל אין עבודה באַקומט מען ווען מען דאַווענט מיט דעם וואָס מען האָט געלערנט.

ב. שמחת תורה ביינאַכט צו קידוש — פאַר הקפות — שנת תרנ"ג, האָט הוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק געזאָגט:

עס זיינען פאַראַן דרכי החסידים און עס זיינען פאַראַן דרכי החסידות1. די דרכי החסידות האָבן געמאַכט אַ חסידישן לעבן. די דרכי החסידים האָבן געמאַכט באַ חסידים אַ חסידישע היים.

איינע פון די דרכי החסידים איז עבודת התפלה. דער חסידישער דאַוונען איז דער חסידישער דבר המעמיד. עס שטעלט אַוועק דעם דאַוונער אין אַ ליכטיגן ווינקל. עס באַלייכט איהם זיין עבודה וועג, ער זעהט קלאָהר דעם מהות עצמו, הן די מעלות וואָס ער פאַרמאָגט און הן די חסרונות וואָס ער דאַרף אויסראַמען.

ג. החסיד הרב ר' גרשון דוב נ"ע2 איז געווען מורגל צו זאָגען נאָך אַ עבודה'דיגער קריאת שמע שעל המטה: עס לײַגט זיך, עס ווילט זיך ניט לײַגן, נאָר עס לײַגט זיך3. מען באַדאַרף אויפשטיין גאָר אַן אַנדערער4.

נאָך אַזאַ עבודה אין ק"ש שעל המטה שלאָפט מען אַנדערש און מען שטייט אויף אַנדערש. און בפרט אין די זמנים ווען די האַרץ איז פאַרמאַכט און דער קאָפּ פאַרשטאָפּט, וואָלטן די חסידישע עבודה פתגמים עפענען די האַרץ און באַלייכטן דעם קאָפּ.

ד. דער פעטער רז"א5 האָט געפרעגט באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שמחת תורה תרנ"ג:

פאַרוואָס איז זינגען אין דאַוונען איינער פון די דרכי החסידות.

הערות

  1. 1. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 181.
  2. 2. החסיד ר' גרשון דובער מפּאַהאַר (תקפ"ה (לערך)[ednref_4_*] — תרנ"ח[ednref_5_**]). תלמידו של ר' הלל מפּאַריטש. — ראה אודותו במאמר אבות החסידות — "התמים" חוברת ה ע' לח [רלא, ב] ואילך: חוברת ח ע' לז [שצה, א] ואילך. ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ס"ע 81 ואילך; תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 24 ואילך; קיץ ה'ש"ת ע' 26. תש"א ע' 54 ואילך. שיחת ש"פ נח שנה זו. ליל א' דחה"ש תש"ח (לקמן ע' 9. ע' 235).
  3. 3. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 119.
  4. 4. ראה אגרות-קודש חי"ג ריש ע' תלו. שיחת עש"ק פ' שופטים תש"ו. ליל שמח"ת תש"ז ס"ב. ליל שביעי של פסח תש"ז סי"ב. יום שמח"ת תש"ח ס"ד. ז' אדר תש"ט. כ"ח אייר תש"ט. ליל א' דחג השבועות תש"ט ס"ד. ליל א' דחג הסוכות ה'שי"ת סי"ג (לקמן ע' 55. ע' 72. ע' 117. ע' 179. ע' 305. ע' 327. ע' 328. ע' 364). שיחת ל"ג בעומר ה'שי"ת. יום א' דחוה"מ סוכות תשי"א. וראה לקמן ע' 99. ע' 290.
  5. 5. ר' שניאור זלמן אהרן. ראה אודותו: ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 22. שיחת יט כסלו תרצ"ג ס"ו ואילך (לקו"ד ח"א טו, ב ואילך). ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 41. תרפ"חתרצ"א ע' 227226. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 55 ואילך. ע' 113. ע' 239. לקמן ע' 14. ע' 8382. ס"ע 107 ואילך. ע' 168. ע' 193. ע' 218. ע' 254. ע' 272. קונטרס בר מצוה תרנ"ג (קה"ת, תש"ס) ע' טו. ע' יז. [edn_4_*] ראה מאמר אבות החסידות דלקמן. [edn_5_**] ראה לקמן ע' 9. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.