ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אסעודת י"ג תמוז תרצ"א265

265

וואָס על ידה גייען דורך כל המצות וואָס ער טוט, כמו שמצינו דאחד מהדר במצות תפילין, שבת, פדיון שבוים, לימוד התורה, הכנסת אורחים, היינו שמקיים כל המצות, רק שבמצוה זו הוא מהדר ביותר, וזהו אבוך במה הוה זהיר טפי, אין וואָס פאַר אַ מצוה האָט ער געשיינט מעהר.

די סבה פון דקות'דיקן טמטום המוח, איז ווייל עס קרישמעט זיך ניט. אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד, ער באחשבונט די ענינים פון טאָג, און מאַכט אָפּ אַ החלטה טובה אַז מאָרגן זאָל זיין אַנדערש, און מען זאָל זיך טאַקע פאַרנעמען מיט עבודה, און פאַר דעם שלאָף טראַכט מען דברי תורה, ביז מען ווערט אַנטשלאָפן, איז אַז מען ווערט אַנטשלאָפן ווי אַ איד, שלאָפט אַ איד, און עס שטייט אויף אַ איד, מיט אַ חיותדיקן מודה אני. אָבער אַז מען פאַלט צו שלאָפן אָן אַ חשבון, שלאָפט מען פּראָסט, און אַ פּראָסטער שלאָף איז פּראָסט, און מען שטייט אויף אַ פאַרשלאָפענער.

כאן נתבאר בקצרה ענין עמוק בדא"ח על יסוד מאמר כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בשנת תרס"ז46, בענין אור המשפיע ואור המקבל דישנו אור שכל אשר בו וע"י מבארים ענין השכלה, וישנו אור שכל שהוא מקבל ביאורי ההשכלה.

מען דאַרף טאָן אין אַ ענין אַ משך זמן, עס איז ידוע אַז די אַלטע חסידים האָבן מצליח געווען אין דעם וואָס זיי האָבן געטאָן, וויילע זיי האָבן געטאָן אויף אַ ענין אַ משך זמן. מען דאַרף ניט זיין אַ אץ להעשיר47, מיט אַמאָל קען מען ניט אַריין כאַפּן, מען דאַרף זיין מסור ונתון ומשועבד בכל לבו ומאודו.

דער רבי האָט געזאָגט כתית למאור48, שע"י הכתיתה קומט מען צו צו מאור49. אָבער מיר דאַרפן אַ יגיעה רבה ועצומה מיט אַ סאך תהלים און טרערן בכדי עס זאָל זיין דער כתית.

אח"כ עמד כ"ק אדמו"ר שליט"א על רגליו ואמר להתמימים, יעדער פון די תמימים דאַרף וויסן אַז תומכי תמימים האָט מייסד געווען דער טאַטע, ער איז אַ טאַטע פון אַ סאַך צענדליקער טויזנטער אידן, זאָלן געזונט זיין. אין דער ישיבה תו"ת איז אויף יעדער טראָט האָט זיך געגאָסן פנימי', און זיי דאַרפן וויסן אַז זייערע חברים יחיו, אין איין אַנדער מדינה שטייען דורך מיט מסירת נפש אַקעגן די וואָס ווילן צוברעכן מערכת אל חי, דאַרפן זיי זיך מתאחד זיין צוזאַמען מיט זיי ווי אחים לדעה, והשם יתברך יאר פניו אלינו בתוך אחינו בני ישראל ד' עליהם יחיו. סלה.

הערות

  1. 46. ספר השיחות תורת שלום שבהערה 36.
  2. 47. לשון הכתוב — משלי כח, כ. וראה סהמ"צ להצ"צ קז, ב.
  3. 48. ר"פ תצוה.
  4. 49. כ"ה בד"ה וקבל היהודים תרפ"ז סט"ו (סה"מ תרפ"ז ע' קכד). נתבאר בד"ה ואתה תצוה תשמ"א סעיף ד ואילך (סה"מ מלוקט ח"ו ע' קלא ואילך).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.