264
אַ חסידישע הדרכה און הנהגה וועט עקבערן און עקבערן ביז עס וועט פועלן לטובה ולברכה.
דער חסידישער דברי הימים אין משך פון הונדערט און צוואַנציק יאָר (תקע"ב — תרצ"ב) מיט די פערשידענע פּאַסירונגען פון די חסידישע הייזער האָט אונז געוויזן אַז אויב אפילו אין אייניגע הייזער האָט די חסידישע ליכטיקייט אָנגעהובין טונקלען, און דער חסידישער ברען אויסצוקילען, דאָך איז געבליבן בע"ה גרויסע פונקען פון חיבת הקדש, און עס איז צו האָפן להשי"ת אַז די להבה זאָל ווירקן קערן זיך צום שרש, השי"ת זאָל אויף זיי רחמנות האָבן בגשמיות וברוחניות.
אין חסידות רעט זיך אַז מוחין ומדות זיינען בדרך עו"ע, די עילה איז מחייב דעם עלול, הגם מוחין איז אַ פרצוף בפ"ע, מ"מ איז די שלימות פון דער עילה וואָס ער איז מחייב דעם עלול. וואָס מיט דעם ווערט דאָך רעכט אַ קשי' וואָס דער מעזריטשער מגיד נ"ע פרעגט39 ווי אַזוי קען מען מאָנען אויף אהבה, עס איז דאָך אַ מדה שבלב. נאָר דער תירוץ איז39 אַז דורך התבוננות קען מען צוקומען צו אהבה, און דער ציווי איז אויף דער התבוננות.
און דאָס איז דער פירוש ואהבת כו' סופך לבוא לידי אהבה40, איז דאָך די עילה מחייב דעם עלול פונדעסטוועגן זעט מען אַז הגם ער איז זיך מתבונן און ער פאַרשטייט און פונדעסטוועגן ווערט ער ניט נתפעל. דער תירוץ איז אַז עס איז פאַראַן טמטום הלב, וואָס לבו אטום מלקבל אור אַז ער זאָל נתפעל ווערן פון דעם ענין וואָס ער האָט פאַרשטאַנען במוחו.
די עצה איז דערצו חקיקה מבחוץ41, דאָס איז דער לזמר עריצים42 וואָס איז די עבודה אין תפלה, ווי עס איז מבואר ענינו בקונטרס התפלה תר"ס, און לעורר ר"ר על נפשו, גוט דורך וויינען זיך און בעטן השי"ת בתפלה ותחנונים אַז ער זאָל צו לאָזן אַז מען זאָל נתקרב ווערן לאלקות. באַ אַמאליקע חסידים פלעגט זיין אַ וואונטש וואָרט איינער דעם אַנדערן, השי"ת זאָל זיך מרחם זיין אַז עס זאָל זיך דאַוונען.
עס איז פאַראַן אויך טמטום המוח ר"ל, דער ענין הטמטום איז וואָס באַ עם לייגט זיך ניט אָפּ קיין ענין אלקי, וואָס דאָס איז פאַראַן באופנים שונים, און אויך בדקות, און אין חסידות איז פאַראַן עצות ווי אַראָפּ צונעמען דעם טמטום המוח, און איינע פון די עצות איז דורך זיעה של מצוה בכלל, וזיעה של הידור מצוה בפרט.
דער רבי האָט געזאָגט43, אבוך במה הוה זהיר טפי44, זהיר הייסט לייכטען, עס שטייט45 כי נר מצוה, אַ מצוה לייכט, יעדער נשמה האָט אַ מצוה פרטי' וואָס די נשמה איז איר עבודה אין דער מצוה, דאָס הייסט אַז די מצוה איז כמו שער
הערות
- 39. הובא בספר שני המאורות (למהרי"א הלוי עפשטיין מהאמיל תלמיד רבינו הזקן) חלק ב ס"ב (ל, ב). הועתק בהערת כ"ק אדמו"ר בספר המאמרים תש"א ע' 116.
- 40. ראה תו"א תשא פו, ג. לקו"ת סוכות פ, סע"ד. סהמ"צ להצ"צ קצט, א. סה"מ תש"א שם. ועוד.
- 41. ראה לקו"ת בחוקותי מז, ג.
- 42. ע"פ ישעי' כה, ה.
- 43. ראה אגה"ק סו"ס ז. סה"מ תרפ"ח ע' קנד ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 22. אגרותקודש ח"ג ע' קכט.
- 44. שבת קיח, ב.
- 45. משלי ו, כג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.