263
באַ יענעם, די רפואה צו דעם איז אַ חסידישער פאַרברענגען.
עס דאַרף זיין דער ענין פון פרוטה לפורטה. אין גשמיות זעהן מיר אַז מען קען זיין אַ גרויסער גביר האָבן גרויסע הייזער און ניט האָבן אויף קיין ברויט, אין קראָם קען מען קיין הייזער ניט טראָגן, אויף קויפן ברויט דאַרף מען האָבן אַ מזומענע מטבע. כמו"כ אין רוחניות, מען קען לערנען תורה הנגלית, און חסידות, און ניט האָבן דעם פרוטה לפורטה מיט וואָס צו גיין אין גאַס, זיין אַ סור מרע, עוצם עיניו מראות ברע ואוטם אזניו משמוע33, און זעהן וואָס מען דאַרף זעהן, און וואָס מען דאַרף הערן.
איך וועל אייך דערציילן אַ מעשה. אַמאָל בין איך געווען באַ דעם טאַטן, און עס איז געווען אַ זמן וואָס תומכי תמימים איז געשטאַנען אין אַ מצב מרומם, וואָס מען קען דאָס זעהן פון דעם קונטרס וואָס איז דאַן אַרויס34. אויף דעם מיטעלן רבי'ן איז ידוע35 אַז ער פלעגט אַרויסגעבן די קונטרסים נאָך די סוגים פון חסידים וואָס דאַן איז געווען, איז אויב מיר וועלן זאָגן אַז ביין טאַטן איז אויך אַזוי געווען קען מען זעהן אין וואָס פאַר אַ מצב די תמימים זיינען געשטאַנען, נאָר זיי זיינען געווען אָן אַ משמעת, מען מיינט ניט אַז זיי זיינען ניט געווען גאַנץ אין משמעת החיצוני, נאָר יעדערער האָט פאַרשטאַנען אַז נאָך זיין מצב דאַרף ער לערנען דעם ענין, און דער דאַרף לערנען יענעם ענין36. איך בין דאָך געווען דער מנהל האָב איך געפרעגט, וואָס ווילסטו פון זיי? האָט דער טאַטע געענטפערט, זיי דאַרפן זיין די גבורי כח עושי דברו לשמוע בקול דברו37. אין פינף יאָר אַרום און בפרט אין דעם אַנדער דור האָט מען געזען ווי זיי זיינען ב"ה די גבורי כח, השי"ת יהי' בעזרם בגו"ר.
עס איז דאָ נטיעה און זריעה, ויש בזה מעלה וחסרון, ובזה מעלה וחסרון. אין זריעה איז די מעלה שאין צריכים ע"ז יגיעה גדולה, והחסרון שבכל שנה ושנה דאַרף מען אַקערן און זייען. ובנטיעה יש יגיעה עצומה בהכנת האדמה ואח"כ לחרוש ולנטוע לעדר ולנכש, אָבער אַז מען פאַרפלאַנצט איז דאָס בעזה"י אַ דבר של קיימא רק שבאילני הכרם יש תולעים, דער תולעת שבכרם אין לו סגולה ועצה אלא צריכים לשרשם ולרחקם.
תומכי תמימים איז ע"ד נטיעה שבכרם און עס דאַרף זיין פירות און עס איז פאַראַן ב"ה פירות. טאָמער איז ח"ו פאַראַן אַזעלכע וואָס זיי האָבן תולעים, וואָס אין דעם איז פאַראַן מינים ממינים שונים ובאופנים שונים, דאַרף מען די תולעים מרחיק זיין.
רבינו הגדול נ"ע האָט געזאָגט קומענדיק פון פעטערבורג "מובטחני בהקב"ה אַז אַ חסידישער שטיקל ברויט וועט פאַרפאַלן ניט גיין"38, דאָס הייסט
הערות
- 33. ע"פ ישעי' לג, טו.
- 34. ראה גם לעיל ע' 100 ואילך.
- 35. ראה אגרותקודש ח"ג ע' שסז ("היום יום" טו אדר שני). שיחת יט כסלו תרצ"ג סעיף יח. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 141.
- 36. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 75 ואילך. וראה "כרם חב"ד" גליון 3 ע' 152.
- 37. תהלים קג, כ.
- 38. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 58. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.