262

המרירות און קו השמחה וכו'. עס דאַרף זיין עבודה בכח עצמו, אָט כשם ווי דער כללות ענין הצמצום הראשון דהכוונה בשביל הגילוי כמו"כ בכל או"א בפרט הכוונה שיהי' הגילוי אור ע"י עבודה בכח עצמו.

איך וואָלט וועלן, שכאו"א מהתמימים שחפץ להיות מתלמידינו, און וויל זוכה זיין שיאיר עליו אור רבותינו הק', זאָל ער לערנען איין שעה מכ"ד שעות היום בחבורה מיט נאָך איינעם אַלע טאָג בקביעות, דער רצון פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' איז אַז יעדערער זאָל האָבן אַ חבר28 און אַ תלמיד, תורת החסידות מאָנט אַז יעדערער דאַרף וויסן אַז אויף אים ליגט אַ חוב פון האָבן אַ חבר און שאַפן זיך אַ תלמיד.

אַמאָל אין אַ חסידישן פאַרברענגען האָט איינער געזאָגט29, אויף תורה שטייט30 דרכי' דרכי נועם כו', דער סדר פון תורה איז הייליג ווי די תורה אַליין, דער ערשטער ציווי איז פרו ורבו31, די ערשטע מדה טובה איז אַז איין איד דאַרף וועלען עס זאָל זיין נאָך אַ איד.

יעדער איד, אפילו גאָר אַ פּשוטער וואָס קען ווייניק לערנען קען בעזה"י זייער פיל אויף טאָן אין הרבצת התורה און חיזוק היהדות. מכח דעם איז אויסגעקומען עטלעכע מאָל צוריידן באַרוכה, אַז אפילו גאָר די פּראָסטע אידן, האָבן אונז געבראַכט גרויסע ישיבות און גאוני ישראל, און בפרט חסידישע אידן וואָס זיי זיינען מזמן לזמן בחנות של בושם32, איז געוויס אַז יעדער קען בעזה"י גאָר אַ סאַך אויף טאָן.

פאַראַן אַזעלכע וואָס זאָגן אַז זיי האָבן ניט קיין סביבה, עס איז ניט פאַראַן מיט וועמען צו ריידן אַ וואַרעמען וואָרט. ווי שעמען זיי זיך ניט אַזוי צו זאָגן, זיי זיצן בע"ה אין אַ מדינה וואו עס איז ניטאָ קיין מניעות בעזה"י אויף לימוד התורה, היינט ווי האָט ער דאָס ניט קיין סביבה דאָס איז אַ הוראה אַז עס איז גאָר קיין ער ניטאָ.

ידידינו אנ"ש בכלל און תלמידים התמימים בפרט פאַרגעסן אַז יעדער פון זיי דאַרף זיין אַ משפיע, ער דאַרף און מוז ווירקן אויף דעם זולת, היינו לבד זאת וואָס ער אַליין מיט זיין הנהגה הן תפלה און קביעות עתים לתורה, און הן במדותיו לדרוש בטובת זולתו, מוז יעדער זוכען און ליגען אין דעם ווי אַרום צו ווירקען על הזולת לקרבו לתפלה, לתורה למדות טובות.

מען דאַרף זיין אַ משפיע אויף דער סביבה און מאַכן אַ סביבה, ניט זיין אַ מושפע פון דער פּראָסטער בעליבתי'שער סביבה. און די וועלכע זאָגן אַז זיי האָבן ניט קיין סביבה וואָס זיי זאָלן קענען ריידן אַ תורה וואַרעמען וואָרט, איז דאָס אַ הוראה אַז עס איז קיין ער ניטאָ, ער איז ניט ווי עס בעדאַרף זיין.

די דעה און דער קוק אַז עס פעלט אַ סביבה, איז ניט ווייל דאָס איז אַ חסרון אין חינוך אָדער אין יסוד העבודה. דער חינוך און דער יסוד איז אַ גוטער, נאָר עס פעלט אַ סדר אין עבודה. חסידות מאָנט זעהן אַ מעלה באַ יענעם, אָבער אַז די עבודה איז בלתי מסודרה, דאַן זעט מען די מעלה באַ זיך און דעם חסרון

הערות

  1. 28. ראה אבות פ"א מ"ו.
  2. 29. ראה ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 56. שם ס"ע 81 ואילך; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 119. וש"נ (בהערה 5; 11).
  3. 30. משלי ג, יז.
  4. 31. בראשית א, כח. נח ט, א.
  5. 32. להעיר מרע"ב אבות פ"א מ"ד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.