ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אסעודת י"ג תמוז תרצ"א261

261

נפלאים און אַ בעל ציור בדבור יפה ומסודר, ופה מפיק מרגליות.

האָט ר' אייזיק געזאָגט24, שלמה המלך איז דאָך געווען נעלה בחכמה וכמ"ש25 וה' נתן חכמה לשלמה, החכמה נתונה לך26, איז וואָס קען זיין גרעסער, העכער און בעסער ווי חכמה, און נאָך עצם החכמה, מ"מ האָט ער קיין רבי'ן ניט געהאַט, אַז ער וואָלט פאָרן צו אַ רבי'ן, איז אַ חוץ דעם וואָס די חכמה וואָלט געווען באופן אחר, וואָלט ער האָבן חסידישע חברים, און זיין אויף חסידישן פאַרברענגען, דאַן וואָלט ער אַלע הפלאות פון אוהב ואהוב געמאָלט אויף חסידים און רביים.

זייענדיק די ערשטע מאָלן אין ליאזנע — זאָגט ר' אייזיק — אַז איך בין נאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק, האָב איך גענעכטיקט אין קליינעם מנין ביין רבי'ן, און איך האָב זיך אויפגעכאַפּט אין מיטן נאַכט, ערשט זלמן, דעם רבינ'ס משרת27, גייט מיט אַ ליכט אין האַנט און דער רבי אַליין גייט, בין איך געוואָרן צומישט, און האָב ניט געהאַט בכח אַ ריר צוטאָן מיט אַ אבר, אָט אַזוי האָט אַ רבי ליב חסידים מער ווי אַ מאַמע אַ קינד.

אַמאָל האָבן די עלטערע חסידים מקרב געווען יונגע לייט מיט אַ קירוב פנימי, באמת מען האָט ליב געהאַט אַ יונגן מאַן, מען האָט געזען זיינע חסרונות און פאַרשטאַנען זיינע מעלות, און מען האָט אים געהאָלפן אַרויס קריכן פון בלאָטע, און אַוועק שטעלן זיך במקום אורה, אָבער די יונגע לייט האָבן געוואוסט אַז זיי דאַרפן האָבן דרך ארץ.

דער אַמאָליקער חסידישער דרך ארץ איז געווען מיט אַ ביטול פנימי, מען האָט געפילט דעם עלטערען חסיד'ס מעלה און די אייגענע קליינקייט, אויף יעדער שריט און טריט האָט מען געלערנט ווי ווערט מען פטור פון די מומי בני אדם, און ווי מען נעמט זיך אין האַנט אויף אָן הויבן ווערן אַ מענטש, און מזמן לזמן איז מען אַלץ געגאַנגען העכער און העכער.

דער חסידישער פאַרברענגען האָט געגעבן די ריכטיקע לחלוחית און דבקות, עס האָט געגעבן אַזעלכע זאַכן אין סור מרע ועשה טוב וואָס עס גייט ניט אונטער, אונטער דעם ענין פון מצוה והיפוכו, נאָר עס איז אַלץ אין העכערע פעל. דאָס הייסט אַז דקות דדקות פון אַ מדה לא טובה, איז דאָך אויך רע, און אַז מען איז מקיים אַ מצוה כתיקונה בהידור איז דאָס נאָך אויך ניט טוב באמת, און אַזוי אַרום איז פון די אַלע ציגל, אותיות התורה ואותיות החסידות געוואָרן אַ בנין חזק באמת.

נאָר אַזוי ווי אין משל אויב די הויז איז נאַס, אויב דער חומר המדביק את הלבנים האָט זיך ניט אויסגעטריקנט, איז דאָס ניט קיין בית מושב, כמו"כ איז אין עבודה לחלוחית אַליין איז קיין עבודה ניט. מיט פאַרברענגענס אַליין קען מען ניט יוצא זיין. מען דאַרף האָרעווען און לערנען, מען דאַרף לערנען חסידות, מען דאַרף האָרעווען אין דאַוונען און די התיבשות החומר איז ע"י מרירות נאָר עס דאַרף זיין אַ מזיגה נכונה בין קו

הערות

  1. 24. הובא בשיחת יום שמח"ת תשט"ז.
  2. 25. מלכיםא ה, כו.
  3. 26. דברי הימיםב א, יב (ושם: החכמה והמדע נתון לך). וראה שהש"ר פ"א, א (ט).
  4. 27. ראה אודותו: ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 209. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.