260

יעדער וואָרט וואָס מען האָט געהערט פון אַ חסיד האָט מען עס געלערנט, געחזרט, אַריין גענומען אין קאָפּ און אין האַרצן, אַז מען האָט געקוקט אויף דעם רבי'ן איז דאָס ביי זיך געווען ווי גילוי שכינה, און אַז מען האָט געהערט אַ תורה פון רבי'ן (ניט מער ווי איין מאָל אין חדש, די איבעריקע מאָל האָט מען ניט אַריינגעלאָזן), האָט מען געחזרט פופציק זעכציק מאָל אַז איינער איז געווען אויף יחידות איז מען געווען בתשוקה גדולה וויסן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט.

אַמאָל איז געזעסן ר' הלל פאַריטשער17, ר' זלמן זעזמער18 און ר' פסח מאלאסטאווקער19 און מען האָט פאַרבראַכט, מען האָט זיך געטראָפן אין ליובאוויטש אומגעריכטערהייט, האָט מען זיך געפרייט איינער מיט דעם אַנדערן באהבה וידידות נפלאה, דערוויילע איז אַריין געגאַנגען ר' אייזיק האָמליער20 איז געוואָרן די שמחה גרעסער, און מען האָט זייער גוט פאַרבראַכט.

כידוע איז ר' זלמן געווען אַ משכיל נפלא און אַ גרויסער עמקן, פלעגט ריידן זייער קורץ און זייער טיף (דער אלטער רבי האָט געזאָגט, זלמנ'ס אַ וואָרט מעג מען לערנען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע באחד המאמרים מביא בשמו21, גולל אור מפני חשך וחשך מפני אור22, גולל אור שלפני הצמצום, מפני חשך הצמצום וחשך הצמצום מפני שיתגלה אור העצמי23), און ער האָט געמאַכט ר' הלל פאַריטשער פאַר אַ חסיד.

ר' פסח איז געווען אַ גרויסער עובד און אַ בעל מדות תרומיות, בעת דעם פאַרברענגען האָט זיך ר' פסח מאלאסטאווקער שטאַרק צו וואַרעמט און האָט אַרום גענומען ר' זלמן זעזמער און האָט אים האַרציק געקושט און האָט זיך שטאַרק צו וויינט. ואמר זלמן, זלמינקע, אַך ווען דיין האַרץ וואָלט געווען אַ כלי אמיתית צו דיין קאָפּ וואָלט געווען באופן אחר לגמרי, וואָס פאַר אַ רחמנות אויף דיר איז. האָט ר' הלל פאריטשער געזאָגט אַז ער איז נתפעל געוואָרן פון ר' זלמן זעזמערס מדת חסידות און ר' פסח מאלאסטאווקער'ס מדת האמת.

זיי אַלע דריי, ר' זלמן, ר' הלל און ר' פסח זיינען געווען שטאַרק פאַרמאַטערט פון דעם פאַרברענגען און האָבן אָנגעהויבן איינצושלאָפן, ר' אייזיק איז דאָך געקומען שפעטער איז ער נאָך געווען בכח פאַרברענגען, ר' אייזיק איז דאָך געווען אַ בעל חושים וכשרונות

הערות

  1. 17. ראה אודותו לעיל ע' 30. וש"נ.
  2. 18. ראה אודותו לעיל ע' 244. וש"נ.
  3. 19. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
  4. 20. ראה אודותו לעיל שם. וש"נ.
  5. 21. ראה שיחת מוצאי חה"פ שנה זו (לעיל ע' 216).
  6. 22. ברכות ק"ש דערבית (ברכות יא, ריש ע"ב).
  7. 23. ראה עד"ז מאמרי אדה"ז ענינים ע' שיז. תקס"ז ע' רמה. מאמרי אדמו"ר האמצעי במדבר ח"ה ע' א'תשנד. סה"מ תרנ"ט ע' עח. המשך תער"ב ח"א ע' תקנד. ד"ה ויקח ה"א תרצ"ה פרק כט. שיחות אור לוא"ו תשרי תשמ"ה. ד"ה וישמע יתרו תשמ"ה. וראה גם תו"ח תולדות קסא, סע"ג ואילך. וישלח קפה, ב. תו"ח שמות תסד, ב. שערי אורה ד"ה בכ"ה בכסלו פנ"ז. סה"מ תרע"ח ע' שעח. וברשימת הרה"ח ר' הלל מפאריטש — תלמידו של הרה"ח ר' זלמן זעזמיר — בענין יום ולילה (לא נדפס לע"ע): "שמעתי ממורי נבג"מ בענין אור מפני חושך, היינו אור העצמי שקדם לחושך ונתעלם בחושך וצמצום, וחושך מפני אור היינו בקיעת הקו הנקרא נהורא שבוקע מן ההעלם הנקרא חושך".

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.