259
האָט מען געזען וואָס ידידות איז, וואָס אהבה וחבה איז, און וואָס מען רופט אמת, וואָס איז ענו, און ווי מען דאַרף זיין איבערגעגעבן עלטערע חסידים.
ר' שמואל מונקעס13, דעם אלטן רבי'ס אַ חסיד, נאָך גאָר פון די ערשטע, אַ הצנע לכת, איינמאָל14 באַ אַ פאַרברענגען האָט ער געהאַלטן דעם פאַרבייסן. פערשידענע פליישיקע מאכלים וואָס דער שו"ב האָט געבראַכט. אַז מען האָט געבעטן פאַרבייסן האָט ער ניט געגעבן, פאַרוואָס ער גיט ניט האָט ער ניט געזאָגט.
דער עולם האָט גוט פאַרבראַכט, און מען האָט געוואָלט פאַרבייסן, און ער גיט ניט, האָט דער עולם געוואָלט נעמען בחזקה, און מען האָט זיך גענומען אַמפּערן מיט אים, ער האָט דערזען אַז עס איז שלעכט באַלד וועט מען אים גובר זיין האָט ער גענומען דעם גאַנצן פאַרבייסן און אַריינגעוואָרפן אין דער כלי פון די אומריינע וואַסער.
אַז דער עולם האָט דאָס דערזען איז מען געוואָרן פאַרוואונדערט אָבער פאַרפאַלן מען האָט אים געוואָלט געבן קאָרקעס, דערווייל איז מען געקומען צולויפן פון שוחט זאָגן אַז מען זאָל דעם פאַרבייסן ניט עסן, ווייל עס איז אַ גרויסע שאלה און אַלץ איז טריפה.
דאַן ערשט האָבן זיך די עלטערע חסידים גענומען צו ר"ש מונקעס מאָנען באַ אים ווי קומט ער צו אַזעלכע הויכע דרכים, וויסען רוח הקדש זאַכן. צום סוף נאָך אַ סאך ריידעניש האָט ער געזאָגט אַז ער האָט געדאַרפט דעם ערשטן מאָל אַריינגיין צום רבי'ן אויף יחידות האָט ער מחליט געווען אַז אַ ענין גשמי וואָס עס ווילט זיך זאָל ער ניט טאָן15.
און אַז ער האָט גענומען דעם פאַרבייסן אין האַנט האָט זיך אים זייער געוואָלט דאָס עסן, האָט ער דאָס ניט געגעסן, און אַז ער האָט געזען אַז דער עולם וויל שטאַרק דעם פאַרבייסן האָט ער אים אַרויס געוואָרפן.
יעדער תנועה פון איין אַלטן חסיד איז אַ ליכט אין לעבן, אַ יסוד מוצק אין דרך החיים. הערט זיך צו חסידים און תלמידי התמימים די ערשטע טרעפּ אַריין גיין צום רבי'ן אויף יחידות איז מיט אַ החלטה און הגדרה אין אַ הידור דבר. עס רעדט זיך ניט וועגן סו"מ ועש"ט בפו"מ מכח אַזאַ זאַך איז גאָר ניטאָ צו ריידן, אַ מדה לא טובה האָט מען אויסגעברענט מיטן וואָרצל, ידידות און אהבה וחבה יתירה האָט מען באַגעגנט אויף יעדער טריט.
אַמאָל איז געזעסן ר' משה ווילענקער16, דעם אלטען רבי'ס אַ חסיד און האָט דערציילט וואָס פאַר אַ קירוב און הדרכה ער האָט געהאַט פון חסידים בעת ער איז דעם ערשטן מאָל געקומען אין ליאָזנע צום רבי'ן, פינף חדשים איז ער געזעסן און געהערט און געלערנט ביז ער האָט געפילט אַז ער מאָג און קען אַריין גיין צום רבי'ן אויף יחידות.
הערות
- 13. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 67.
- 14. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 175 ואילך.
- 15. ראה קונטרס העבודה ספ"ב: כבר סיפרתי מא' מהחסידים הגדולים אשר בהכניסה הראשונה לכ"ק אדמו"ר [הזקן] זצוקללה"ה נ"ע זי"ע פעל בעצמו שכל מה שרוצה מצד הטבעי לא יעשה (אז וואס ער וויל זאל ער ניט טאן). וראה גם לעיל ע' 17.
- 16. ראה אודותו לעיל ע' 244. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.