258
להתמימים תלמידי הישיבה ואמר: די תמימים ווייסן ניט דעם סדר ווי עס האָט זיך געפירט אין ליובאַוויטש, הגם מען קען אויף זיי מלמד זכות זיין, זיי זיינען פאַרטראָגן אין לערנען אין תורה הנגלית, אין חסידות און אין דאַוונען קענען זיי זיך ניט אָפּגעבן צו דעם סדר ווי עס איז געווען אין ליובאַוויטש, אָבער עס פעלט די לחלוחית.
עד"מ וואָס אַ בנין מאַכט מען פון עצים ואבנים, כדאי' בספר יצירה10 שתי אבנים בונות שתי בתים, וואָס אַ בנין מאַכט מען פון ציגל, אָבער פון בלויז ציגל אַליין קען מען נאָך קיין בנין ניט מאַכן, עס דאַרף אויך זיין חומר צו מחבר זיין די ציגל, און דער חומר דאַרף זיין מיט לחלוחית.
משא"כ אַז איינער האָט בלויז ציגל, ער איז אַ גביר האָט מיליאָנען ציגל, אָבער קיין בנין קען ער דערפון ניט מאַכן, ער זאָל אַרויף שטעלן איין ציגל אויפן אַנדערן אָנשיטן זאַמד און מסדר זיין ווי אַ בנין, איז אַ סכנה דורך צוגיין אַרום דעם בנין, עס קען זיין ח"ו עס זאָל אַראָפּ פאַלן אַ ציגל פון זעקסטן שטאָק, און יענער קען אַוועק גיין אָן אַ קאָפּ, מען מוז האָבן חומר ולחלוחית אויף מחבר זיין די לבנים זיי זאָלן האָבן אַ קיום. עס זאָל בלייבן די לחלוחית טויג אויך ניט, עס איז ניט קיין בית מושב, די לחלוחית מוז פאַרטריקנט ווערן און דאַן ווערט דאָס אַ בית מושב לאדם.
אַזוי איז אויך אַז איינער לערנט גמרא, פוסק[ים], ער פאַרמאָגט אַ הון עצום, ער האָט מיליאָנען ציגל נאָר עס פעלט די לחלוחית און די התדבקות, פון אַזאַ דאַרף מען זיך היטן און אין זיינע ד' אמות טאָר מען ניט שטיין ווייל מען קען אַוועק גיין אָן אַ קאָפּ ח"ו.
עס איז זייער נויטיק צו לערנען מזמן לזמן די מאמרים החלצו רנ"ט11, ושבתה רס"ב12. די אַלע חסרונות פון שנאת חנם, פירוד לבבות, תערובות טוב ורע, וואָס אין יענע מאמרים ווערט אַרומגערעדט זיינען לדאבון לבבינו אַ סחורה מהלכת באַ חסידים שי', און די עצות צו די חסרונות פוילט מען זיך זוכן און מקיים זיין.
עס זיינען צווישן אנ"ש שי' פאַראַן גבירים אדירים, וואָס פאַרמאָגן אַ סאַך ציגל, אותיות פון תורת הנגלית, אותיות פון תורת החסידות, און ניט נאָר אותיות אַליין נאָר טאַקע אַ גאַנץ פיינע הבנה מיט טיפע הסברות, און אפילו אַזעלכע וואָס זיינען בקיאים אין היבש מאמרים, אָבער דאָס איז אַ בנין פון ציגל, דאָס איז ניט קיין בית מושב, דאָס גיט אין קאָפּ, ער איז מבטל את זולתו, דער אַנדערער האָט קיין אָרט ניט, ויש בזה ריבוי פרטים ואופנים שונים, והסבה העקרית היא שחסר הלחלוחית.
דער ענין פון התדבקות און לחלוחית איז אַ חסידישער פאַרברענגען און עבודה שבלב.
אַ חסידישער פאַרברענגען האָט אַמאָל געגעבן אַ יונגענמאַן אַ יסוד אין לעבן, באַ דעם חסידישן פאַרברענגען
הערות
- 10. פרק ד משנה יב. ובקצת דפוסים — משנה טז.
- 11. נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' נג ואילך. ועם הוספות וכו' ד"ה נ"ר חנוכה תרצ"ד (נדפס בסה"מ תרנ"ט ע' ריא ואילך).
- 12. נדפס בסה"מ תרס"ב ע' רצו ואילך. ועם הוספות ד"ה ממושבותיכם תביאו תרפ"ג. ד"ה כי ישרים תרפ"ד. ד"ה הבונה בשמים מעלותיו תרפ"ה. ד"ה אני חומה תר"ץ. תרצ"ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.